ניו יארק – די ספעציעלע טראסטי, וועלכער איז געשטעלט צו טרעפן די געלטער פון די מענטשן וועלכע זענען בארויבט געווארן דורך בערני מעידאף און דאס צוריקשענקען פאר די בארויבטע, האט נעכטן געמאלדן זיין צווייט-גרעסטע סעטלמענט זינט ער האט אנגעהויבן די ארבעט. אירווינג פיקארד איז געשטעלט געווארן דורך דער פעדעראלער רעגירונג אנצופירן מיט די אפעראציעס פון טרעפן ביליאנען דאלארן וואס מעידאף האט גערויבט פון זיינע קליענטן פאר לאנגע יארן, בעפאר ער איז ענדליך געכאפט געווארן אין דעצעמבער יאר 08', און זינט דאן האט שוין פיקארד געהאט פיל סוקסעס, וואס זיין גרעסטע סעטלמענט איז געווען אין יאר 11', ווען ער האט ארויסבאקומען מער ווי איין ביליאן דאלאר פון "רייא", א ניו יארקער אינוועסטמענט גרופע וועלכע האט געגעבן פאר מעידאף ביליאנען דאלארן פון קליענטן וועלכע האבן אנפארטרויעט זייערע אנגעזאמלטע און אוועקגעלייגטע געלטער ביי דער גרופע. די יעצטיגע שליכטונג, איז מיט די איירלאנד-באזירטע "טעמא אינטערנעשאנעל פאנד", און פיקארד האט באוויזן צו באקומען פון זיי 687 מיליאן דאלאר. אלעס אינאיינעם האט שוין פיקארד באוויזן צו באקומען און פארטיילן פאר מעידאף'ס קרבנות ארום 12.7 ביליאן דאלאר, וואס איז 72 פראצענט פון די סך–הכל געלטער וואס מעידאף האט גערויבט.

בילד: צווייט-גרעסטע סעטלמענט איבער מעידאף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל