זומער אויספלוגן [יעזורו]

ברוכים הבאים!

אין די געשמאקע זומער טעג ווען מיר גייען ארויס הנאה האבן פון נפלאות הבורא, בפרט אויף די קעטסקילס בערג ווען עס גלוסט זיך אמאל צו כאפן א שפאציר מיט די קינדער און הנאה האבן פון די הערליכע נאטור און פארברענגען מיט די ליכטיגע קינדערלעך, לאזן מיר זיך ארויס אויף די יארכע און ברענגן אייך א ליסטע פון פארשידנארטיגע אויסוואלן וואו צו גיין און בעזר השם הנאה האבן.

בילד

פארקס און פארעמס

פעמעלי פאן פארם

'פעמעלי פאן פארם' איז א פארק אין צענטער פון די מאונטענס מיט א היימישע אטמעספערע צו פארברענגען מיט די קינדער מיט אן אויסוואל פון פארשידענע ריידס פאר אלע יארגענג, עס פארמאגט אן אויסוואל פון באשעפענישן וואס מען קען פיטערען און רייטן אויף זיי, ווי אויך באמפער-שיפלעך און בייקס, ווי אויך פאר די קלענערע קינדער צו שפילן מיט זאמד און אלע צוגעהערן...
עס ווערט פארקויפט אויפן פלאץ געשמאקע קאלטע געטראנקן זיך צו אפקילן און קענען געשמאק פארברענגען אונטער די זון.
נאמען: Family Fun Farm
טעלעפאן נומער: 347-480-3276
שעות: 11am-6pm
פרייזן: $12, אומזינסט פאר אונטער 2 יאהר

בילד: פעמעלי פאן פארם

האלידעי מאנטעין פארק

די "האלידעי מאנטעין פארק" געפינט זיך אינעם מאנטיסעלא געגענט, און פארמאגט פארשידענע אקטיוויטעטן ווי קריכן אויף גרויסע שטיינערנע ווענט, באמפער שיפלען, באמפער קארס, גרויסע וואסער גליטשער, טרעין ריידס, טרעמפאלין, און נאך, און א באזונדער אפטיילונג "קידילענד" מיט פארשידענע שפילען און אקטיוויטען פאר קינדער ביז די 7.
נאמען: Holiday Mountains
טעלעפאן נומער: 845-796-3161
שעות: דינסטאג ביז זונטאג, 12pm-7pm
פרייזן: $11.95-$35.95

בילד: האלידעי מאנטעין פארק

קעלדער'ס פארם


א שיינער פארם סטאנציאנירט אינעם קערהאנקסאן געגענט אין די קעטסקילס, און פארמאגט פארשידענע שטוביגע באשעפענישן וואס מ'קען אויך גיבן צו עסן, ס'איז דארט פארהאן בינען שטאקן ווי מ'זעהט די בינען פאבריצירן האניג, א גרויסער "קארן מעיז", אזוי אויך ווערט דארט געפלאנצט אן אויסוואל פון גרינצייג און פרוכט וואס מ'קען אליין אפקלויבן, די פארם שטעלט אויך צו א "העי רייד" וואו מ'זעצט זיך אריין אין א טראקטאר פול מיט היי, וואס טראגט אויף א רייד אינעם פארם.
נאמען: Kelder's Farm
טעלעפאן נומער: 845-626-7137
שעות: 10am-6pm
פרייזן: פארשידענס

בילד: קעלדער'ס פארם

רוח החיים פארק

א געשמאקע רואיגע פארק א שפאן אוועק פון קרית יואל, באזונדער אפגעטיילט פאר יונגלעך און מיידלעך, גאר אסאך גליטשערס, סווינגס, קריכעדיגע ריידס פאר יעדן עלטער. די רוח החיים איז פאסיג ווען ווילט זיך אריבערכאפן אויף קרית יואל צו באזוכן קרובים וכדו' עס איז די אפעציעלע פארק פאר תושבי קרית יואל מיט ריידס, גליטשערס פון אלע ערליי סייזעס פאר יעדן עלטער, ווי אויך ספעציעל פאר די קלענערע קינדער אן אפטיילונג מיט זאמד-אקטיוועטעטן און קריכעדיגע שפילערייען, עס פארמאגט א ווענדינג-מאשין מיט קאלטע געטראנקען און אייסעס זיך צו אפקילן.
נאמען: Ruach Hachayim
טעלעפאן נומער: 845-774-7275
שעות: זונטאג 12pm-8pm, מאנטאג-דאנערשטאג 3pm-8pm, פרייטאג 12pm ביז 2 שעה פאר'ן זמן שב"ק


פרייזן: אומזינסט

בילד: רוח החיים פארק

לאורענס פארמס אָרטשאַרדס

לארענס פארם אורטשיד, אז א פריוואטער פאמיליע פארם מיט 3 גענאראציעס אויפן פארם, אין די האדסאן וואלי געגענט, ווי מ'קען קלויבן פון א גרויסער אויסוואל פון פרוכט און גרינצייג פריש אראפ פונעם בוים, א שיינע געשמאקע שפאציר צווישן די ביימער פול מיט קאלירפולע און רייפע פירות וירקות, אויך איז דא פארשידענע שטוביגע באשעפענישן ווי פערדן, ציגן, הינדלעך און נאך, מיט שיינע פאנאראמישע פעלדער, באזונדער איז דא א אינטערעסאנטער שטעטל פון אמאל אויסגעשטעלט מיט הייזער געשעפטן, א מארק, און נאך פיל ווי מ'קען זעהן די אמאליגער לעבנס שטייגער פון די נאנט, אויך ווערט צוגעשטעלט פערד און וואגן רייזעס דורכאויס די גאנצער פארם.
נאמען: Lawrence Farms Orchards
אדרעס: 306 Frozen Ridge Rd, Newburgh, NY 12550
טעלעפאן נומער: 845-562-4268
שעות: 9am-4pm
פרייזן: $3, אומזינסט פאר אונטער 2 יאהר

בילד: לאורענס פארמס אָרטשאַרדס

בעיר מאונטענס

די באקאנטע בעיר מאונטענס פארמאגט זיינע שטחים פון פארקס, לעיקס, טרעילס צו שפאצירן און א שיינער זו מיט פארשידענע באשעפענישן. די בעיר מאונטענס פארק געפונט זיך נישט ווייט פון די 'סירקל' אויפן פאליסיידס וואס טראגט צום רוט 6, עס פארמאגט ריזן שטחים צו שפאצירן און הנאה האבן פון א געשמאקע וועטער. מאכט זיכער צו פארמאגן גענוג טרינקען בעפאר איר לאזט זיך ארויס אויף א שפאציר.
נאמען: Bear Mountain State Park
טעלעפאן נומער: 845-786-2701
שעות: 8am-זון אונטערגאנג
פרייזן: $10 פער קאר

בילד: בעיר מאונטענס

מאַסקערס אָרטשאַרדס

פאר אריבער 100 יאר פונקציאנירט די פארם אינעם האדסאן וואלי געגענט, וואו מ'קען צופארן מיט די קאר צו די עפל ביימער און אויסשטעלן די געצייג צו פארברענגען מיט די פאמיליע און דערנאך ארומגיין צווישן די 200 אקער לאנד, פול מיט הערליכע עפל ביימער צו קלויבן פרישע געשמאקע עפל, און הנאה האבן פון די פרישע לופט אינעם יעצטיגן הערבסט סעזאן, די אויסבליק איז אויסנאם שיין מיט די הערליכע פעלדער און בערג ארום, באזונדער אינעם יעצטיגן סעזאן. אויך איז דא פארשידענע שטוביגע באשעפענישן, פערד ריידס און פערד און וואגן ריידס.
נאמען: Maskers Orchards
טעלעפאן נומער: 845-986-1058
שעות: 9am-5pm
פרייזן: אומזינסט, $28.95 פער זעקל עפל

בילד: מאַסקערס אָרטשאַרדס

ספּעיס פאַרם

א הערליכער פארם און זו, אויסגעשפרייט אויף 100 אקער לאנד אין צפון\מערב ניו זשערסי, מיט אריבער 500 חיות און באשעפענישן, רואיגע און פארציקענדע, גאר אינטערערסאנט פאר אלע יארגענג. ווי אויך איז דא א "פעטינג זו", וואו מ'קען זיך דרייען צווישן שטוביגע בהמות. אויך איז דא א גרויסע מוזעאום פון 11 בנינים וואו עס ליגט א ברייטע אויפלאגע פון פארשידענע אלטע היסטארישע זאכן פון דאס לעבן אין אמעריקע יארן צוריק, ווי אלטע קארס, וועגענער פאר פערד, פארצייטישע שפילצייגן; א עסקימא אויסלאגע; אן אויסלאגע פון די ציווילע אמעריקאנער קריג, און נאך פיל. א סך פון די אלטע חפצים קומט פון א געשעפט פון די צייטן פון די "גרעיט-דיפרעשאן", ווען פארמער האבן געדארפט געצייג און אוועקגעגעבן פאר א משכון פון זייערע פערזענליכע שטוב זאכן.
נאמען: Space Farm
טעלעפאן נומער: 973-875-5800
שעות: 9am-5pm
פרייזן: 3-12 $15.50, 13+ $19, 65+ $17.50

בילד: ספּעיס פאַרם

האַווערסטראָו בעי פּאַרק

א הערליכער 27 אקער לאנד, שטאטישער פארק, אין די האַווערסטראָו געגענט, וואס האט אונטער זיך א אידישע היסטאריע פון אריבער 200 יאר, די פארק געפינט זיך הארט ביים האדסען ריווער מיט א הערליכן פאנאראמישן אויסבליק אויפן וואסער און ארום, עס פארמאגט געשמאקע טישלעך צו פארברענגן מיט די פאמיליע אונטערן שאטן פון די ביימער, געשמאקע פלאץ צו כאפן א רוהיגן שפאציר און הנאה האבן פון די נפלאות הבורא, אויך פארמאגט עס א גרויסער פלעי גראונד מיט סווינגס אד"ג וואו די קינדער קענען געשמאק פארברענגען.
נאמען: Haverstraw Bay Park
טעלעפאן נומער: 845-364-2670
שעות: 6am-זון אונטערגאנג
פרייזן: אומזינסט

בילד: האַווערסטראָו בעי פּאַרק

סקיילענד גארטן

א אלטע פאלאץ מיט גאר רייכע און אינטערעסאנטע היסטאריע פון אונעווייניג און א הערליכע פאנעראמע אינדרויסן, ווי אויך איז דערנעבן די 'ניו דזשערסי באטיניקעל גארטן' פאר $7 פאר ערוואקסענע און $3 פאר קינדער העכער 6 יאר.
נאמען: Haverstraw Bay Park
טעלעפאן נומער: 973-962-2240
וועבסייט: njbg.org
שעות: 8am-8pm
פרייזן: אומזינסט

בילד: סקיילענד גארטן

קראָטאָן דזשאָרדזש פּאַרק

א הערליכער פארק מיט אויגפארכאפענדע וואסערפאלן און א אור אלטער היסטארישער בריק און וואסער דאמבע, א חלק פונעם פארק איז נאר אפען פאר פיסגייער צו שפאצירן און הנאה האבן פון פילע אקער לאנד מיט נאטורליכע פאנאראמעס.
נאמען: Croton Gorge Park
טעלעפאן נומער: 914-864-7275
שעות: זון אויפגאנג-זון אונטערגאנג
פרייזן: אומזינסט
פארקינג: פרייטאג-זונטאג $10

בילד: קראָטאָן דזשאָרדזש פּאַרק


טיטאַון לעיק

א שיינער פארק און רוהיגער ארט, ווי ס'איז דא 15 מייל פון טרעילס צו הייקן און שפאצירן, סיי גרינגע און שיינע און סיי מער שווערערע און קריכעדיגע, ס'איז פארהאנען דארט פארשידענע באשעפענישן אויף די פריי ווי רעפטיילס און מאמאלס, באזיכט דארט די "וויילד פלאוער אינזעל" א 2 אקער לאנד שטח מיט 230 ערליי פון אייגענארטיגע בלומען (אפן לויטן סעזאן). אויך די "ווארען'ס צוקער הויז" (אפן לויטן סעזאן), אויך איז פארהאן א "נאטורליכע געשעפט" פול מיט שפילצייגן, קרעפטס, צירונגען, ביכער און מתנות פאר גרויס ביז קליין, אלעס געמאכט פון עוויירומענטאלע באשטאנדטיילן.
נאמען: Teatown Lake
טעלעפאן נומער: 914-762-2912
שעות: 9am-5pm
פרייזן: אומזינסט

בילד: טיטאַון לעיק

בילי ביעז

א ריזיגע שפיל פלאץ מיט גרויסע גליטשערס, פארשידענע ערליי טאנצן און שפרינגען, קריכן און לויפן ערטער, ווי די קינדער וועלן זיך קענען שפילן געשמאק און לעבעדיג, א שפיל פלאץ וואס איז גאר פאסיג אפילו פאר יונגע קינדער, פול מיט פארשידענע ערליי שפילן, אקטיוויטעטן, שפרינגען אין באליס, אויף נעצן, און נאך פיהל.
נאמען: Billy Beez
טעלעפאן נומער: 845-915-4709
שעות: 10am-9pm
פרייזן: בעיביס אומזינסט, ביז  3 יאהר $14, ביז 17 יאהר $20, 18 און העכער $7

בילד: בילי ביעז

גרענד פּרי

א אינטערעסאנטער אינדאור ארט, מיט גאו קארטס, סיי קלענערע פאר יונגווארג, און סיי גרעסערע פאר ערוואקסענע אויך, עסינג און באולינג עקספיריענס, "באונסי קעסטל" פאר קינדער צו טאנצן און שפרינגען, "ארטס גאראדש" ווי קינדער קענען פעינטן זייער אייגענע פאטערי (ערדענע כלים), גלאז פאסינג, קאפקעיק דיזיינען, מאזעיק טיילס, בידינג און נאך. אויך איז פארהאן א גרויסער אויסוואל פון מאשין שפילצייגן, און נאך פיל.
נאמען: Grand Prix
טעלעפאן נומער: 914-241-3131
שעות: 3pm-10pm
פרייזן: פארשידענע

בילד: גרענד פּריקס

ראקין דזשאמפ

אן אינטערעסאנטע פלאץ פאר קינדער צו טאנצן און שפרינגען, א ריזיגע טרעמפאליען, "ראק אין ספלעש" ווי די קינדער שפרינגען אראפ פון א טרעמפאליען אריין א גרויסער באסיין פול מיט ווייעכע פאעם באליס, און נאך פארשידענע ערליי טאנצן פלעצער ווי אינאיינעם מיט שפילן באלי טאנצעדיגערהייט.
נאמען: Rockin' Jump
טעלעפאן נומער: 914-743-5730
וועבסייט: rockinjump.com
שעות: זונטאג 8am-1pm, מאנטאג & דאנערשטאג 11am-8pm, דינסטאג & מיטוואך 8am-8pm
פרייזן: רופט פאר אינפארמאציע

בילד: ראקינ דזשאמפ

ספאָרטיים יו-עס-עי

א שיינע אינדאר שפיל-פלאץ פאר קינדער אין וועסטשעסטער מיט איבער 150 געימס, ריידס, באמפער קארס, א דריי שטאקיגע פלעיגראונד פאר קינדער צו טאנצן און צו שפרינגען און קריכן אויף די גראדע ווענט... עס זענען דא אקטיוויטעטן פאר קליינע און גרויסע קינדער, צו פארברענגען עטליכע שעה.
נאמען: Sportime USA
טעלעפאן נומער: 914-592-2111
וועבסייט: sportimeusa.com
שעות: 11am-9pm
פרייזן: פארשידענע

בילד: ספאָרטיים יו-עס-עי

די קעסטל פאן צענטער

די קעסעל פאן-צענטער איז לעצטנס ניי-איבערגעמאכט געווארן מיט פילצאליגע נייע ריידס און געימס. צווישן אנדערע איז פאראן גאו-קארטס, לעיזער טעג, ראלער-סקעטינג, סווינג-ריידס, באמפער קארס, קריכן אויף ווענט, באלל-פלאץ, לעיזער געים, פאר אלע יארגענג. צווישן די נייע ריידס רעכנט זיך – א סווינג-רייד, באמפער קארס, און א דרעגאן 360- , וואס דרייט זיך איבער פן אויבן אראפ.
נאמען: The Castle Fun Center
טעלעפאן נומער: 845-469-2116
וועבסייט: thecastlefuncenter.com
שעות: 10am-11pm
פרייזן: פארשידענע

בילד: די קעסטל פאן צענטער

טורטל באָ

א נייע אינדאר פארק אין מאנסי באקאנט פארן היימישן ציבור מיט די געשמאקע פארברענגען פאר די קינדער מיט אלע מינע קריכעדיגע ריידס און פארשידענע מאשין-ריידס ווי אויך געימס אד"ג
נאמען: Turtle Boo
טעלעפאן נומער: 845-746-2100
וועבסייט: turtleboo.com
שעות: 3pm-8pm, פרייטאג 11am-8pm
פרייזן: $10-$17

בילד: טורטל באָ

שיפלען

דזשינס באָוטס

אויסוואל פון פארשידענע ערליי שיפלעך צו דינגען אויף די שעה מיט א דרייווער אדער אן א דרייווער (מוז האבן א דרייווער'ס לייסענס אליינס צו דרייוון) און כאפט א געשמאקע שפאציר אויפן וואסער. ווי אויך קען מען דינגען זשעט-סקיס, פעדל באוטס, ראו-באוטס, באנאנא-באוט ריידס, און נאך פארשידענע ערליי.
נאמען: Genes Boats
טעלעפאן נומער: 845-583-9787
שעות: 10:30am-6pm
פרייזן: $99 פאר א האלבע שעה, $141 א גאנצע שעה

בילד: דזשינס באָוטס

פּעין'ס וואָטער ספּאָרט

א ריזן אויסוואל פון שיפלעך צו כאפן א געשמאקע רייזע אויפן לעיק, ווי מאטאזירטע שיפלעך, פאַנטאָן שיפן, ספיד באוטס, באנאנע באוטס, קאיאקס, פעדל באוטס, קאַנאָס, וואסער סקיאינג, און נאך, אויך איז דא א געשמאקער פיקניק עריע נעבן די וואסער.
נאמען: Payne's Water Sports
טעלעפאן נומער: 845-583-1000
וועבסייט: payneswatersports.com
שעות: 10am-זון אונטערגאנג
פרייזן: קליינע שיף $35 א שעה, מאטאר שיף $100 א שעה

בילד: פּעין'ס וואָטער ספּאָרט

פרייד אוו דע האדסאן

א הערליכער געשמאקער קרוז שיף רייזע איבער די האדסאן ריווער, וואו דער שיף קאפיטאן אינפארמירט די רייזענדע דורכאויס די נסיעה אויף די אלע פארבייפארנדע פלעצער, וואס מ'זעהט, זייער היסטאריע, און פארשידענע אינטערעסאנטע דעטאלן דערוועגן, וואו וועסט פוינט, ברעיקנעק מאנטעינס, בענערמען אינזלען און נאך.
נאמען: Pride of the Hudson
טעלעפאן נומער: 845-220-2120
וועבסייט: prideofthehudson.com
שעות: פארשידענע
פרייזן: 4-11 $18, 12+ $22, 65+ $20

פרייד אוו דע האדסאן

סעדל רידזש ריידינג צענטער

א דיזיגנירטער פלאץ וואו איר ווערט געפירט אויף א "הארסבעק ריידינג" מיט א שנעלער געלויף צווישן די הערליכער 30 אקער שטח, פון פעלדער און וועלדער, ווי אויך טוען זיי דארט לערנען צו רייטן ווי אמאל אויף פערד, צו קענען אריבער שפרינגען אויפגעשטעלטע שטערונגען, און לויפן מיט די פערד. הרצים יצאו דחופים.
נאמען: Saddle Ridge Riding Center
טעלעפאן נומער: 201-847-9999
וועבסייט: saddleridgeridingcenter.com
שעות: מוז רעזערווירן
פרייזן: פארשידענע

סעדל רידזש ריידינג צענטער

אויטאבאן אינדאר גאו-קארטינג

גארטעלט אייך אן... אינעם פאלעסיידס מאלל אויפן פערטען שטאק געפונט זיך רעיסינג גאו-קארס, מיט וואס איר קענט פליען ביז 50 מייל פער שטונדע! מען טוט זיך אן א העלמעט און מען גיבט גאז...
נאמען: Autobahn Indoor Go-Karting
טעלעפאן נומער: 845-940-7048
וועבסייט: https://autobahnspeed.com/
שעות: 11am-11pm
פרייזן: $30

אויטאבאן אינדאר גאו-קארטינג

עקאוה לעיק סטעיבעלס

טרעיל ריידס אויף פערד ווי מ'גייט "הארסבעק ריידינג" אין גרופעס געפירט דורך א געלערנטער רייטער, ווי מ'גייט אדורך הערליכע אור אלטע טרעילס אין די וועלדער אויסגעטרעטן נאך פון די צייטן פון די אינדיאנער, נעבן גרויסע שטיינערנע מענטשליך געבויטע ווענט, בערג און טייכן.
נאמען: Echo Lake Stables
טעלעפאן נומער: 973-697-1257
וועבסייט: echolakestables.com
שעות: מאנטאג און דינסטאג 9am-5pm
פרייזן: $40 פער שטונדע

עקאוה לעיק סטעיבעלס



קאמאנטירט