פאסט מייסטער אונטער אויספארשונג פון די עף בי איי

היינט איז אויפגעדעקט געווארן אז דער פאסט מייסטער פון די אמעריקאנער פאסט אגענטור, 'לואיס די זשוי', איז אונטער פעדעראלע אויספארשונג.

די באשולדיגונגען זענען, אז אין א פריערדיגע ביזנעס וואס ער איז געווען דער אייגנטומער, האט ער געלייגט דרוק אויף זיינע ארבייטער אז זיי זאלן ביישטייערן פאר רעפאבליקאנער קאנדידאטן, אין אויסטויש פאר געוויסע בענעפיטן.

די דזשוי איז א באקאנטער רעפאליקאנער ביישטייערער, וואס איז אריינגעשטעלט געווארן אין אפיס דורך פרעזידענט טראמפ, און די דעמאקראטן זענען זייער בייז אויף אים און באשולדיגן אים אין פארשווערן די מעגליכקייט צו שטימען דורך די פאסט.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל