יוסטיץ דעפארטמענט אונטער וויליאם באר, האבן ערהאלטן די אינפארמאציע פון פיר ניו-יארק טיימס רעפארטער

די ניו-יארק טיימס האט געמאלדן, אז די ביידען אדמיניסטראציע האט זיי איינגעמאלדן, אז די יוסטיץ אגענטור אונטער פרעזידענט טראמפ האבן שטילערהייט גענומען די טעלעפאן רעקארדס פון פיר פון אירע רעפארטערס.

די רעדע איז דא פון געשפרעכן וואס די רעפארטערס האבן געהאט אויף זייערע טעלעפאנס דורכאויס פיר מאנאטן, און די טראמפ ווייסע הויז האט דאן אויסגעפארשט אינערליכע ארויסרינונגען פון דער ווייסע הויז.

אין די לעצטע עטליכע וואכן איז אויפגעדעקט געווארן, אז די טראמפ יוסטיץ דעפארטמענט האט געטון די זעלבע צו נאך צענדליגער רעפארטערס דורכאויס זייער אויספארשונג איבער די ליקס און אין אנדערע געלעגנהייטן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל