צענדליגע פאטאליטעטן אין באן קראך אין פאקיסטאן

 אזויפיל ווי 36 מענטשן זענען אומגעקומען אין פאקיסטאן, ווען א באן האט זיך איבערגעדרייט אין א דרום פראווינץ אין לאנד.

די באן איז געפארן אויף די גאר אלטע שינעס, ווען א קעגנקומענדע באן האט אריינגעשמעטערט אין איר, פון וואס 36 מענטשן זענען שוין דערקלערט געווארן טויט.

די באאמטע אין פאקיסטאן זאגן, אז זיי ערווארטן א שטארקע שפרינג אין די טויט-צאל, דערנאך וואס די רעטונג'ס-לייט קענען נאכנישט צוקומען צו געוויסע וואגאנען וואס זענען איבערגעדרייט, און האבן אין זיך מענטשן.

מיליטערישע העליקאפטערס זענען אריינגעברענגט געווארן צו ארויסהעלפן מיט די רעטונג אקציע, און צו אפפירן די פארוואונדעטע צו די ארומיגע שפיטעלער.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל