היינט קומט פאר לאנג-ערווארטעטע וואלן אין די דרום-אמעריקאנער לאנד פערו, וואו אן עקסטרעם לינקער קאנדידאט און אן עקסטרעם רעכטע קאנדידאט זענען אויף די שטים צעטלעך.
אין די לעצטע וואכן האבן אקטיוויסטן אנגעפירט מיט א גרויסע סאציאלע מידיע קאמפיין, מאבליזירנדיג די עלטערע איינוואוינער פון פערו ארויסצוקומען שטימען אין די מאסן.
מ'זעט ווי טעכטער ברענגען זייערע טאטעס און מאמעס, זונען שלעפן עלטערן און שווער מיט שוויגער, צו קומען אפגעבן די שטימעס. אנדערע ווערן געשטופט אויף ראד-שטולן, אבי צו קומען אפגעבן זייערע שטימעס, וואס פערוער בירגער באצייכענען אלץ א ווענדפונקט.
פערו געפינט זיך אין א שווערע מצב, נאכפאלגנדיג די קאראנע ווירוס קריזיס. טויזנטער מענטשן זענען אומגעקומען, און מיליאנען האבן פארלוירן זייערע דזשאבס, ברענגנדיג אן עקאנאמישער צוזאמבראך אין לאנד.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה