א ריזיגע סינק האל האט זיך אויפגעמאכט מיט צוויי וואכן צוריק אין א שטאט נעבן מעקסיקא סיטי, וואס האלט זיך אין איין פארברייטערן גרעסער און גרעסער.
די סינק האל איז שוין אזוי גרויס ווי א גרויסע סטאדיום, און דראעט איינצושלינגען א הויז.
צו מזל האט פאסירט די גרויסע לאך אין א פעלד, און נישט אינמיטן שטאט, וואו ס'וואלט איינגעשלינגען גאנצע גאסן. אנהויב האט אויסגעזען ווי די געפאר איז פאריבער, אבער וואס א טאג שפעטער ס'גייט פארביי, ברייטערט זיך עס אויס, און דאס הויז פון דער פארעם-אייגנטומער איז יעצט אין געפאר פון איינגעשלינגען ווערן. די גרויסע לאך איז בערך הונדערט און פופציג פיס טיף.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה