יאפאן'ס פרעזידענט רופט אן טייוואן 'א לאנד'

א פרישע אנגעצויגנקייט האט זיך געמאכט צווישן כינע און יאפאן, דערנאך וואס דער יאפאנעזער פרעזידענט האט אנגערופן 'טייוואן' - 'א לאנד', און ווי באקאנט איז די טייוואנע טעמע זייער א סענסיטיווע ווען ס'קומט צו כינע.

דורכאויס א פארלאמענט זיצונג, האט דער יאפאנער פרעזידענט אויסגערעכנט לענדער אין דער געגנט וואס האבן אנגענומען שטארקע קאראנע מאסנאמען.

די איינע ווארט קען טאקע אויסזען אומשולדיג, אבער ווען ס'קומט צו כינע, איז עס ווי א דעקלעראציע אז מען אנערקענט 'טייוואן' ווי 'א לאנד פאר זיך', און די כינעזער רעגירונג ווערט אויפגעברויזט פון סיי וועלכע אנערקענונג פאר 'טייוואן' אלס א לעגיטימער לאנד.

כינע האלט אז די טייוואנער אינזל איז זייערס, און זיי האלטן און איין איבער'חזר'ן אז זיי ווילן צוריק פאראייניגן טייוואן מיט כינע.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל