אינדיער געזונטהייט באאמטע לאזן זיך צו די פארשטופטע געגנטער

אינדיער געזונטהייט באאמטע האבן זיך געכאפט, אז אזוי לאנג ווי זיי גייען זיך נישט ארויסלאזן אין א מאסיווער קאמפיין אין די ארומיגע שטעטליך, צו וואקסינירן די מענטשן פון אלע פארשטופטע געגנטער, וועט די ווירוס זיך נישט אזוי שנעל אפטון.

אינדיע האט מיליאנען מענטשן וואס וואוינען אין די ווילידזשעס, אויף זייער אן ארעמע פארנעם, און זיי קומען אריין אין שטאט זוכן ארבעט, וואס אזוי ברענגען זיי מיט די ווירוס.

אינדיער געזונטהייט באאמטע, האבן זיך ארויסגעלאזט אויף די וועגן און וועלדער, אין פארשטופטע געגנטער, צו וואקסינירן די מענטשן פון די ווילידזשעס אין לאנד.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל