עטליכע טעג צוריק איז פארגעקומען די וואלן אין פערו, וואו ס'זענען געלאפן די צוויי קאנדידאטן, א רעכטער און א לינקער.
לויט ווי מ'האלט יעצט מיט די ציילונגען, קומענדיג צו אן ענדע, זעט אויס אלץ מער אז דער סאציאליסטישער קאנדידאט, 'פעדרו קאסטילא', האט געזיגט אין די וואלן, און האט א לייכטער אויבערהאנט איבער זיין רעכטער קעגנער.
די מצב אין לאנד איז אויף א הויכע אלערט, דערנאך וואס רעכטע אקטיוויסטן ווילן נישט אנערקענען אין די וואלן, און ס'איז ערווארטעט מאסן פראטעסטן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה