אמעריקע פארבאט רייזעס פון אינדיע

בעת וואס די סיטואציע אין אינדיע ווערט נאר ערגער, מיט אזויפיל ווי איבער 400 טויזנט פרישע פאציענטן טעגליך, האט אמעריקע ארויפגעלייגט א פארבאט אויף רייזנדע פון אינדיע אריין צו די פאראייניגטע שטאטן.

די וואקסינאציע פארשפרייטונג אין אינדיע איז א גענצליכע דורכפאל, דערנאך וואס אינדיע האט פאר לאנגע חדשים ארויסגעשיקט זייערע וואקסינען צו אנדערע לענדער, אנשטאט דאס צו איינשפריצן אין זייערע בירגער. בלויז צוויי פראצענט פון די ארטיגע באפעלקערונג איז שוין וואקסינירט. דאס מיינט אז ס'איז צום ערווארטן א פארערגערטע מצב אין די קומענדיגע וואכן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל