פרעזידענט ביידען שטעלט גענצליך אפ די געבוי פון די רעגירונג וואנט

פרעזידענט ביידען האט גענצליך אפגעשטעלט די ווייטערדיגע בוי-ארבעט, אויף די וואנט ביים גרעניץ צווישן מעקסיקא און אמעריקע, וואס פרעזידענט טראמפ האט אנגעהויבן צו אויפבויען.

די באקאנטע וואנט איז געווען איינע פון טראמפ'ס פרעזידענטליכע אפדרוקן, אויף וואס ער האט קאמפיינט, און איז געווען פון זיינע שטארקסטע סלאגאנען בעת וואס ער איז געלאפן צו באקומען די פרעזידענטליכע זיץ.

אבער ווען פרעזידענט ביידען איז איינגעשוואוירן געווארן אלס פרעזידענט, האט ער זיך גענומען צו אפשאפן איין געזעץ נאכן צווייטן וואס דער טראמפ אדמיניסטראציע האט איינגעשטעלט. ס'איז ווי ער וויל פארמעקן די שפירן פון א טראמפ פרעזידענטשאפט.

איינע פון די זאכן אויף וואס ביידען האט קאמפיינט, און געזאגט אז ער גייט עס אפשטעלן, איז געווען דאס אויפבויען די גרעניץ וואנט. ער האט שוין פריער אפגעשטעלט געוויסע פאנדן פון צו פליסן פאר די וואנט אויפבוי, אבער נעכטן האט די ביידען אדמיניסטראציע געמאלדן, אז זיי שטעלן אפ די מיליטערישע פאנדן וואס זענען דירעקטירט געווארן צו די וואנט פראיעקט, דורך די טראמפ אדמיניסטראציע, און לייגט עס צוריק אריין אין די פענטעגאן מיליטערישע קאסע. דאס מיינט אז די וואנט קומט צו אן אטאמאטישע אפשטעל.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל