פייזער וואקסין גרייט פאר קינדער אזוי יונג ווי צוועלף

נעכטן האט דער אמעריקאנער געזונטהייט-אגענטור די עף.די.עי. באשטעטיגט אז די פייזער וואקסין איז זיכער דאס איינצושפריצן אין קינדער פון צוועלף יאר און ארויף.

ביז נעכטן איז די יארגאנג וואס ס'איז געווען באשטעטיגט איינצושפריצן די וואקסין, געווען בלויז פון זעכצן יאר, אבער נאך עטליכע פראבעס, און גרונטליכע שטודיעס, איז די געזונטהייט-אגענטור געקומען צום אויספיר אז די וואקסין איז זיכער פאר יונגע קינדער פון צוועלף ביז זעכצן.

דאס געבט נאך א שטארקע טרייב פאראויס די נומער פון וואקסינירטע, אנצוקומען צו זיבעציג פראצענט אין אמעריקע, זאל זיך קענען אויפמאכן גענצליך, אן קיינע רעגולאציעס.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל