פרעזידענט ביידען אדרעסירט די גאזאלין פייפ סייבער-אטאקע

פרעזידענט ביידען האט נעכטן אדרעסירט די סייבער-אטאקע וואס האט באטראפן די קאלאוניאל פייפליין, וואס פירט גאזאלין צו די מזרח-שטאטן פון די פאראייניגטע שטאטן.

דער פרעזידענט זאגט אז ער האט פארארדנט די ענערגיע דעפארטמענט, צו ארבעטן האנט ביי האנט מיט די גאזאלין פירמע, און ארויסהעלפן מיט די פאררעכטונגען, אזוי אז די פייפליין זאל צוריקגיין צו איר פולער באניץ.

דער פרעזידענט זאגט אויך, אז די עף.בי.איי. האט אונטערגענומען אן אויספארשונג, צו זען ווער ס'שטייט דערונטער.

דער פרעזידענט זאגט אז ער איז אויסן צו ברענגען די שולדיגע וואס האבן דורכגעפירט די סייבער-אטאקע צו גערעכטיקייט, און זיי מאכן באצאלן די פרייז פאר זייער פארברעכן.

דער פרעזידענט האט אויך געזאגט אז לויט די יעצטיגע אינפארמאציע זעט נישט אויס אז רוסלאנד שטייט אונטער דעם אטאקע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל