צפון-קאריע סטראשעט אמעריקע

דער צפון-קאריע רעגירונג האט רעאגירט צו די ווערטער פון פרעזידענט דזשאו ביידען, ביי זיין 'סטעיט אף די יוניאן' אדרעס אין קאנגרעס.

א הויכער צפון-קאריע באאמטער זאגט, אז די ווערטער פון אמעריקע איז א פראוואקירנדער אקט, און צפון-קאריע וועט צוריקענטפערן זיך צו פארטיידיגן.

פרעזידענט ביידען האט געזאגט ביי זיין רעדע, אז די נוקלעארע פראגראמען דורך איראן און צפון-קאריע, איז א געפאר פאר אמעריקע'ס זיכערהייט, און אמעריקע גייט ארבעטן דיפלאמאטיש דאס אפצושטעלן, און אויב ס'פעלט זיך אויס וועט מען גיין מיט שטרענגערע שריט.

פאר די קאריע רעגירונג איז עס געווען א געלעגנהייט זיך ארויפצוכאפן אויף די ווערטער, דערנאך וואס די ביידען אדמיניסטראציע האט פארענדיגט צו איבערפרישן די מהלך וויאזוי זיי גייען זיך אומגיין ווען די רעדע איז פון צפון-קאריע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל