אידישע קינדער איבער דער וועלט זענען נאכנישט צו זיך געקומען, פון די שרעקליכע טראגעדיע וואס האט פארפלייצט די אידישע גאס, ווען אזויפיל ווי 45 היימישע אידישע נפשות זענען פארשניטן געווארן, בעצם יום הקדוש ל"ג בעומר.
טרייסט-וואונטשן זענען געקומען פון פילע וועלט-פירער, אריינגערעכנט דער אמעריקאנער פרעזידענט, וואס האט אנגעקלינגען דעם איזראעלי פרעמיער-מיניסטער, אויסצודרוקן זיין מיטגעפיל.
צענדליגע ל"ג בעומר מסיבות זענען אפגערופן געווארן, דערנאך וואס ס'איז באקאנט געווארן די אנגייענדע טראגעדיע, בעת וואס אנדערע האבן געזאגט אז די מצב איז שוין גענוג אנגעלייגט דארף מען נישט עס מאכן נאכמער פארוואלקנט.
אידישע קינדער פון איבער דער וועלט, קוקן ארויס אויף חסדים פונעם גרויסן באשעפער, אז ער זאל שיקן א רפואה שלימה פאר די חולי ישראל וואס זענען שטארק פארוואונדעט געווארן ביי די אסון נורא אויפן הר הקדוש מירון.
אונז שטיי מיר איינגעבויגן, לבקש רחמים כעני בפתח, אויף די טייערע אידישע נפשות, וואס באטראטן נאך דעם ערד, און זענען אנגעוויזן אויף רחמים פונעם באשעפער אויף א גענצליכע ערהוילונג.
אנא קל נא רפא נא לה, מיר בעטן א תפילה צום גרויסן באשעפער, אז ער זאל היילן די קראנקע, און געבן די שטארקייט פאר כלל ישראל דורכצושווימען די שפראכלאזע זמנים, וואס ווערטער זענען נישט גענוג ארויסצוברענגען די צרה שאין לה תמורה. אפשר האקן קאפ אין וואנט ביז ס'קומט בלוט וועט זיין א קליינע קליינע אילוסטראציע צו איבערגעבן וואספארא צרה דא איז פארגעקומען.
קענגזייטיגע באריכטן קומען ארויס פון די סיטואציע וואס האט צוגעפירט צו דעם שרעקליכן טראגעדיע, אבער דאס איז קלאר אז קיין אומגעקומענע גייט עס נישט לעבעדיג מאכן.
אונז אין 'אידישע נייעס', לאזן מיר זיך ארויס אויף א מיסיע, צו דערגיין פון עדות וואס זענען דארט געווען, וויאזוי די זאך איז פארגעקומען, און אויב האבן די פאליציי עפעס צוגעגעבן דערצו.
ביטע שיקט אריין א מעסעדזש מיט ערשט-האנטיגע אינפארמאציע, און א נומער צוריקצורופן, בכדי מיר זאלן קענען מיט א קראנטקייט באריכטן וואס ס'האט באמת פאסירט אין יענע טונקעלע מינוטן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה