קינדער-טאג אין כינע קומט מיט א פריידיגע מעלדונג

מיליאנען קינדער אין כינע האבן היינט געפייערט די קינדער-טאג אין כינע, מיטן מאכן ספעציעלע ארטס-ענד-קרעפטס אויף די גאסן, און געוויסע טענץ.

פון די צווייטע זייט איז געקומען אן אינטערעסאנטע מעלדונג פון די רעגירונג היינט, אז זיי ערלויבן פאמיליעס צו האבן דריי קינדער, אנדערש פון די צוויי אין די לעצטע דריי יאר, און איין קינד אין די לעצטע צענדליגע יארן בעפאר.

דאס מיינט אז ביז דריי קינדער וועט נאך באקומען די רעגירונג'ס בענעפיטן, אבער מער פון דעם וועלן זיי נישט באצאלן.

כינע האט יארן לאנג געהאט די איין קינד פאליסי, ווען זיי האבן נאר באצאלט בענעפיטן פאר איין קינד, און אזויווי רוב כינעזער זענען ארעמעלייט, האבן טאקע מערסטנס-טייל נישט געהאט מער פון איין קינד.

עטליכע יאר צוריק האט כינע ארויפגערוקט די נומער צו צוויי, און היינט איז געקומען די מעלדונג אז ביז דריי קינדער וועלן זיי נאך פארטיילן קינדער-געלט.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל