דער אראבישער אמבאסאדער פון די פאראייניגטע אראבישע אימיראטן, באקאנט אלס די UAE, האט באזוכט ביים ספרדי'שער גדול און מנהיג, הגאון הגדול רבי שלום כהן, ווי ער האט איבערגעגעבן א מתנה פארן חכם.
דער חכם האט דורכגעשמועסט עטליכע וויכטיגע טעמעס מיטן אמבאסאדער. אויך האט דער אמבאסאדער געבעטן א ברכה פונעם רב.
דער חכם האט געשמועסט א שיינע פאר מינוט מיטן אראבישער פאליטיקאנט, ווי זיי האבן צווישן אנדערע אויך געשמועסט איבער די שלום-פיבער וואס האט ארומגעכאפט די אראבישע וועלט מיט מדינת ישראל.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה