מוצאי שבת, איז פארגעקומען א פרישע שיסעריי, פון וואס צוויי זענען אומגעקומען, און עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן.
די שיסעריי נעכטן אין קאנאשע-מיניסאוטע, איז שוין ליידער נישט קיין גרויסע געשעעניש, צוליב די כוואליע פון מאסן-שיסערייען וואס קומען פאר אין די לעצטע שטיק צייט.
"ס'איז א בושה", האט פרעזידענט ביידען געזאגט פרייטאג, ביי א געמיינזאמער פרעסע-קאנפערענץ מיטן יאפאנער פרעמיער מיניסטער. דער פרעזידענט האט זיך דאן באצויגן צו די שרעקליכע שיסעריי אין אינדיניאפאלעס-אינדיענע, און דער פרעזידענט האט באקלאגט די מצב מיט געווער אין די פאראייניגטע שטאטן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה