האלב אמעריקע שוין וואקסינירט

די סי.די.סי. האט געמאלדן, אז אזויפיל ווי האלב פון אמעריקע האט שוין ב"ה באקומען כאטש איין איינשפריץ פון די קאראנע וואקסין.

דאס מיינט אז אמעריקע האלט נישט זייער ווייט פון דערגרייכן די גוטע נומער פון זיבעציג פראצענט, וואס דאן ווערט עס פאררעכנט ווי געמיינדע פארזיכערונג, און איז גענוג שטארק צו באגרעניצן די מעגליכקייט פון די ווירוס.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל