דער פרעזידענט איז ביי די זעלבע אינטערוויו געפרעגט געווארן, וואס ער זאגט איבער די סקאנדאלן וואס נעמט ארום אין די טעג דער ניו-יארקער גאווערנער - ענדרו קאומא, דער פרעזידענט האט געזאגט אז אויב שטעלט זיך ארויס נאכן אויספארשונג אז די באשולדיגונגען זענען ריכטיג, זאל ער רעזיגנירן און געשטעלט ווערן פאר א געריכט.
די ווערטער פון ביידען זענען דאך נישט אזוי שארף ווי פילע אנדערע פאליטיקאנטן, אריינגערעכנט א גרויסע טייל פון די דעמאקראטישע פארטיי, וואס האבן גערופן פאר קאומא'ס באלדיגע רעזיגנאציע, אבער ווען ס'קומט צו דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, איז עס נאך א זעץ פאר קאומא'ס שוין אזוי אפגעשוואכטע אנזען.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה