'יו עס פאוסטעל סערוויס' אנאנסירט פרישע דיזיין פאר איר מאסיווע פלאטע

נאך א פארצויגענע פארמעסט צווישן פילע פירמעס, האט דער אמעריקאנער 'פאוסטעל סערוויס' אויסגעוועלט דער דיזיין פאר די טרעקלעך וועלכע וועלן ערזעצן איר פארעלטערטע פלאטע פון איבער 230 טויזנט טרעקלעך וועלכע קורסירן טעגליך איבער די גאנצע פאראייניגטע שטאטן. די פירמע 'אשקאש' אין וויסקאנסין איז אויסגעוועלט געווארן און זי האט געשלאסן א מולטי-ביליאן דאלערדיגע קאנטראקט צו פראדוצירן פארגעשריטענע טרעקלעך וועלכע קענען פארן אויף גאז אדער עלעקטעריק. דער טרעקל ווערט אנגערופן ען-דזשי-די-ווי NGDV (נעקסטע גענעראציע דעליווערי וויהיקל) – און איז אויסגעשטאט מיט מאדערנע טעכנאלאגישע מעגליכקייטן און זיכערהייטס מאסנאמען. לויט דעם פלאן וועלן די טרעקלעך אנהויבן קורסירן אין צוויי יאר ארום און ערזעצן דעם גאנצן פלאטע דורכאויס די קומענדיגע צען יאר.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל