אידן אין ארץ ישראל וועלן פראווען דעם 'פורים המשולש' אונטער א 'קורפיו' צוליב דעם מגפה

אויטאריטעטן אין מדינת ישראל האבן ארויסגעלייגט א שטייפע 'קורפיו' אויף די דריי טאג פון פורים. דער קורפיו וועט אריינגיין אין עפעקט דאנערשטאג נאכט ביז מוצאי שבת אנגעהויבן פון 8:30 ביינאכט ביז די פריע פארטאגס שטונדע ווען מען וועט נישט זיין ערלויבט זיך צו דרייען אין די גאסן. דער ציל דערפון איז צו פארמיידן גרויסע טישן און פארזאמלונגען, סיי ביים חרד'ישן ציבור און סיי ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג. גלייכצייטיג האט עטליכע רבנים שליט"א אין בני ברק ארויסגעלייגט זייער דעת תורה אז היי-יאר זאלן מענטשן נישט שיכור ווערן וויבאלד דאס קען ברענגן דערצו אז מען זאל נישט זיין אפגעהיטן מיט'ן האלטן די פארשריפטן און גורם זיין א סכנה פאר אנדערע ח"ו.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל