טעקסאס איינוואוינער ברויזן איבער אסטראנאמיש טייערע עלעקטעריק בילס

נאכ'ן אריבערגיין א שווערע וואך אין טעקסאס ווען מיליאנען זענען געווען אן עלעקטעריק און הייצונג זענען פילע טעקסאס איינוואוינער ערשטוינט געווארן ווען זיי האבן אנדעקט עלעקטעריק בילס אין די שווערע טויזנטערס. טויזנטער אין דאלאס האבן זיך דערזען מיט בילס פון ארום פינף טויזנט דאלער. דאס קומט וויבאלד פאר געוויסע באנוצער זענען די פרייזן צוגעבינדן צו די 'האלסעיל' מארקעט פרייזן פון די עלעקטעריק און האבן נישט קיין 'פיקסד-רעיט' און די האלסעיל פרייזן זענען געשפרונגן אין די טויזנטער אין די טעג פונעם קורצשלוס. די עלעקטעריק פירמע האט באשטעטיגט אז דאס איז נישט קיין טעות, און די באנוצער וועלן דארפן צאלן די גוזמא'דיגע פרייזן, אבער האט געזאגט אז מען וועט דאס קענען באצאלן אויסגעשפרייט אין אפאר יאר.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל