איראן פארשארפערט רעטאריק ארום נוקלעארער אפמאך

דער איראנער אויסערן מיניסטער מוכאמעד דזשאווען זאריף האט היינט אין אן אינטערוויו געזאגט אז פרעזידענט ביידען'ס פאליסי אויף איראן איז גארנישט אנדערשט פון פרעזידענט טראמפ און אויסגעדרוקט אויפברויז און אנטוישונג איבער די שטעלונג פון די ביידען אדמיניסטראציע אז טעהראן דארף מאכן די ערשטע שריט צו צוריקגיין צום נוקלעארן אפמאך, זאגנדיג אז אמעריקע האט געבראכן דעם אפמאך און איראן וועט נישט נעמען קיין שום שריט פאר די סאנקציעס ווערן אראפגענומען, און אזוי אויך האט ער געזאגט אז איראן וועט בלאקירן צוטריט פאר יו.ען. אינספעקטארס צו אירע נוקלעארע איינריכטונגען נאך די וואך אויב מען זעט נישט קיין פארשריט. אין די זעלבע צייט שטייט די ביידען אדמיניסטראציע אויס שטארקע קריטיק פון רעפובליקאנער פאר'ן צוזאגן צו אראפמנעמען די סאנקציעס וואס זענען ארויפגעלייגט געווארן דורך די טראמפ אדמיניסטראציע, זאגנדיג אז דאס וועט ערלויבן איראן צו זיך איינהאנדלן טייערע און פאטאלע וואפן פון רוסלאנד און כינע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל