שלש סעודות תורה פון וויזשניצער רבי שליט"א ברענגט שטורעם אין מדינת ישראל

נעכטן ביי שלש סעודות האט דער וויזשניצער רבי הרה"צ ר' ישראל שליט"א געפאדערט אז מען זאל באלדיג עפענען אלע וויזשניצער תלמוד תורה'ס טראץ די 'לאקדאון' און צוגעלייגט אז "אויב פאליציי קומט זאל מען זיי שיקן צו מיר" און פארלאנג אז מען זאל דאס אריינשטעלן אינעם המודיע. זיינע ווערטער האבן אונטערגעצינדן א שטארקע פייער אין די אלגעמיינע גאס וואו די אטמאספער איז שוין יעצט אויך געפערליך אנגעשטרענגט צוליב כסדר'דיגע צוזאמענשטויסן צווישן חרדים און פאליציי איבער די אינפארסירונג פון די קאראנע רעגולאציעס.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל