ברוך דיין האמת: הרה"ח רבי מנחם מענדל משי-זהב ע"ה

דער לעגענדארער אידישער שרייבער ר' מענדל משי-זהב, מיט'ן פענע-נאמען 'מנחם מענדל' איז נפטר געווארן דעם שבת אין עלטער פון 84 יאר פונעם קאראנע וויירוס, בלויז עטליכע טאג נאכדעם וואס זיין רעביצין און זיין זון נפטר געווארן פון די זעלבע מגפה ה"י, זיי זענען אלע אנגעשטעקט געווארן ביי א משפחה פארזאמלונג ל"ע.

ר' מנחם מענדל איז געווען א פיאנער אין היימישע ליין-מאטריאל מיט הונדערטער ביכער אויף פארשידענע עניינים, צדיקים, ימים טובים און היסטארישע געשיכטעס. ער האט אויך ארויסגעגעבן דעם וועכנטליכן 'אידישער שטראל' פאר לאנגע יארן, און האט זיך באקאנט געמאכט מיט זיין אייגנארטיגע שרייבערישע טאלאנט.

ער איז געווען מיקירי ירושלים, דער איידעם פונעם בארימטן ספרא דדיינא פון די עדה החרדית רבי יוסף שיינבערגער ז"ל. אויסער זיין מייסטערהאפטיגע פענע איז ער געווען א באקאנט אלס א חשובער סופר סתם און א תלמיד חכם עצום. ער האט געשריבן וויכטיגע הלכה'דיגע חיבורים אין הלכות סת"ם. זיין לווי' איז פארגעקומען נעכטן מוצאי שבת מיט א געצוימטע פארזאמלונג פון בני המשפחה.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל