פרעזידענט דאנאלד טראמפ וועלכע טוט זיך אויף אין די לעצטע צוויי מאנאטן, אז ער וועט פארעפנטליכן די אמת איבער די פרעזידענטליכע וואלן, איז היינט געהערט געווארן זאגן "טרעף נייע וואָוטס".

אין א זיצונג איבער די פאָון מיט די דזשארדזשיע סעקרעטערי אוו סטעיט ברעד רעפנספערגער פאר איבער א שטונדע, האט טראמפ אין א מיואש'דיגע שטימונג זיך געבעטן צו סעקרעטערי אוו סטעיט רעפנספערגער אז ער מוז טרעפן א וועג וויאזוי ער קען דערקלערן טראמפ אלס די געווינער פון זיין שטאַט.

אין איינס פון די בעטענדיגע סטעיטמענטס, הערט מען וויאזוי טראמפ זאגט, "די דזשארדזשיע בירגער זענען בייז, די בירגער פונעם לאנד זענען בייז, און עס איז נישט פארהאן קיין פראבלעם ארויסצוקומען זאגן אז דו האסט איבערגעציילט די שטימעס און איך האב געוואָונען". סעקרעטערי רעפנספערגער האט דערויף געענפערט "הער צו מר. פרעזידענט, דיין פראבלעם איז, אז די אינפארמאציע וואס איר אינהאלט איבער די וואלן, זענען פאלש".

אין אן אנדערע טייל פון די שמועס, טוט טראמפ זאגן "קוק אהער, איך וויל נאר זאלסט טרעפן 11,780 שטימען, וועלכע איז איינס מער ווי מיר האבן. ווייל מיר האבן געוואָונען די שטאַט".

טראמפ ווערט אויך געהערט זאגן , "דו וואלסט געוואלט האבן אן אמת'דיגע עלעקשאן. און די ביסט א רעפובליקאַנער." פרעזידענט טראמפ האט דאן אנגעהויבן אויפברענגען אלע זיינע פאלשע טענות פארוואס עס מוז זיין אז עס איז געווען מאסיווע פראָוד, טענות, וועלכע יעדע יוסטיץ דעפארטמענט אין אמעריקע האט שוין באשטעטיגט, אז עס איז נישט וואָר.

אנגעהויבן פון די טענה אז געוויסע שטימעס זענען געציילט געווארן דריי מאל, צו איבער די טענות איבער די וואלן-מאשינען, אבער צו יעדע טענה האט סעקרעטערי רעפנספערגער רואיגערהייט געענפערט, "מר. פרעזידענט, מיר האבן שוין אויסגעפארשט די אלע קלאגעס, און מיר זענען זיכער אז דאס איז געווען אן אקוראַטע וואלן".

די רעקארדירונג פון די טעלעפאון-זיצונג איז געווארן ארויסגעגעבן דורך די וואשינגטאן פאוסט, עטליכע שטונדן נאך וואס פרעזידענט טראמפ האט געשריבן אויף די טוויטער פלאטפארמע אז ער האט פרובירט צו בעטן פון סעקרעטערי רעפנספערגער אז ער זאל אויספארשן עטליכע טעאריעס איבער די וואלן, און רעפנספערגער האט נישט געוואלט הערן פון עפענען אן אויספארשונג.

סעקרעטערי רעפנספערגער האט דערויף געשריבן צו פרעזידענט טראמפ אויף טוויטער, "מיט רעספעקט, פרעזידענט טראמפ: וואס די זאגסט איז נישט אמת, די אמת וועט ארויסקומען צו די פובליק!"

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל