ניו יארק - א שרעקליכע טראגעדיע האט פאסירט היינט אין 
בענסאנהורסט, א געגנט נעבן בארא פארק, ווען צוויי אינגלעך זענען געווארן אראפגעקלאפט דורך אן אויטא פארענט פון זייער חדר. רחמנא ליצלן.

חברה הצלה ד'בארא פארק האט גערוישט צום סצענע, ווי זיי האבן געטראפן איין קינד אין א שרעקליכע צושטאנד. פאראמעדיקס האבן פרובירט צו טאן אלעס וואס זיי האבן געקענט, אבער האבן ליידער נישט געקענט ראטעווען דעם אינגל. מתעסקים איז אויפ'ן סצענע און גיבט אכט איבער כבוד המת.

די צווייטע אינגל איז געווארן אריינגעפירט צו די לאקאלע מיימאנידיס שפיטאל, זיין לאגע איז נאך אומבאקאנט.

אומבאשטעטיגטע באריכטן זאגן, אז די אויטא האט צום ערשט אפגעפלויגן פונעם סצענע, ווייל ער האט נישט געוואוסט איבער די עקסידענט וואס ער איז געווען פארמישט, אבער האט זיך שפעטער צוריק געקערט צום סצענע.

די ען.וויי.פי.די. איז אויפ'ן סצענע און טוט אויספארשן די ביטערע טראגעדיע.

ווייטערע אפדעיטס וועט פובליצירט ווערן אויף די וועבזייטל, ווען די באריכטן ווערן באשטעטיגט. 


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל