טראמפ לאזט איבער הויפנס פון ׳קאפ ווייטאג׳ פאר ביידען אדמיניסטראציע

דער ארויסגייענדער פרעזידענט טראמפ האט אין זיינע לעצטע טעג גענומען פארשידענע שריט צו אונטערשרייבן פארשידענע עקזעקיוטיווע דעקרעטן וועלכע ווערן געזען אלס א מיטל צו לייגן די קומענדיגע אדמיניסטראציע אין א פארלעגנהייט. און דערמיט געבראכן די טראדיציע אז פרעזידענטן פרובירן נישט צו נעמען קיין ערנסטע שריט אין זייערע לעצטע טעג, ספעציעל ווען עס קען קאמפליצירן די ארבעט פאר די קומענדיגע אדמיניסטראציע:

דער רייזע פארבאט: נאך חדשים וואס א פארבאט פאר נישט-אמעריקאנער בירגער פון אייראפע און בראזיל האט דער פרעזידענט אוטערגעשריבן אן אקט עס צו אנולירן. דער אפיציעלער ערקלערונג איז וויבאלד אנגעהויבן פון יאנואר 26 וועלן רייזער דארפן צייגן באווייז אז מען האט זיך געטעסט נעגאטיוו, דעריבער קען מען אנהייבן אריינלאזן אייראפעאישע בירגער. ווארטזאגער פאר די ביידען אדמיניסטראציע זאגן אבער אז עס וועט בלייבן אין עפעקט, און עס איז נאך צו פריה צו אראפנעמען דעם פארבאט דערווייל ביז א גרעסערע טייל פון די באפעלקערונג איז וואקסינירט.

סטעיט ספאנסארד טעראר שטיצער: דער פרעזידענט האט אונטערגעשריבן אן אקט וועלכע דערקלערט קובא אלס א ׳סטעיט-ספאנסאר׳ פון טעראריזם, וואס וועט פארשווערן פאר ביידען צו צוריקשטעלן די דיפלאמאטישע באציאונגען וואס זענען אוועקגעשטעלט געווארן אונטער די אבאמא אדמיניסטראציע. אזוי אויך האט ער אונטערגעשריבן א דעקלעראציע וואס דערקלערט די ׳הוטי׳ פראקציעס אין תימן אלס א טעראר גרופע, א זאך וואס וועט פארשווערן פאר די ביידען אדמיניסטראציע.

קאנפראנטאציע מיט כינע: נאכדעם וואס אין די ערשטע יארן פון זיין אדמיניסטראציע האט טראמפ געזוכט צו האלטן גוטע באציאונגען מיט כינע און זיך קאנצטעטרירן בלויז אויף האנדלס געפעכטן און האט איגנארירט די שוידערליכע רציחות פון די ׳אוגהאר׳ באפעלקערונג האט די אדמיניסטראציע אין די לעצטע טאג עס דערקלערט אלס ׳פעלקער-מארד׳ און אזוי אויך גענומען שריט צו אנערקענען די זעלבסשטענדיגקייט פון טאיוואן, און נאך רעטאריק און שריט וועלכע ברענגען שטארקע אויפברויז אין כינע, און קאפ-ווייטאג פאר די קומענדיגע אדמיניסטראציע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל