לעצטע אפדעיטס איבער די פרעזידענטליכע איינשווערונג

מארגן וועט דזשאוזעף ר. ביידען ווערן איינגעשוואוירן אלס דער 46'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, אינאיינעם מיט סענאטאר קאמאלע העריס וואס וועט איינגעשוואוירן ווערן אלס זיין וויצע פרעזידענט.

פאלגנד זענען טייל פון די פלענער פאר׳ן איינשווערונג צערעמאניע:
•דער פרעזידענט-עלעקט האט היינט געבן א ׳געזעגענונגס רעדע׳ אין זיין היים-שטאט ווילמינגטאן דעלעוועיר און האט אפגעפארן מיט א פרעזידענטליכע קאראוואן קיין וואשינגטאן.

•ביידען האט ארגינעל געפלאנט צו נעמען דעם ׳עמטרעק׳ באן קיין וואשינגטאן - וואס ער פלעגט נעמען יעדן טאג אלס סענאטאר - אבער די ׳סיקרעט סערוויס׳ האט דאס אפגערופן צוליב זיכערהייטס זארגן.

•היינט אווענט וועט דער פרעזידעט-עלעקט און וויצע-פרעזידענט עלעקט זיך באטייליגן אין אן אנדענק צערעמאניע פאר די 400 טויזנט אמעריקאנער וועלכע זענען אומגעקומען פון קאוויד ביים ׳לינקאלן מעמאריעל׳.

•ביידען און זיין פאמיליע וועלן נעכטיגן היינט ביינאכט אינעם ׳בלעיר הויז׳ דער פרעזידענטליכע געסט הויז קעגן איבער דעם ווייסן הויז.

•ביידען האט איינגעלאדענט רעפובליקאנער סענאט פירער מיטש מעקאנעל צו זיך באטייליגן אין א געבעט צערעמאניע מיט אים מארגן אינדערפרי צו צייגן פאראייניגונג.

•די ׳ביידען איינשווערונג קאמיטע׳ האט באשלאסן צו מינימיזירן פיזישע באטייליגונג צו גאר א געצוימטע פארזאמלונג און דער עיקר קאנצעטראציע ווערט געלייגט אויף די ׳ווירטואלע׳ פראדוקציע פראנט.

•א ׳פעלד פון פענער׳ פון טויזנטער אמעריקאנער פענער וועט ערזעצן דעם פעלד וואו עס פארזאמלן זיך געווענליך די פארזאמלטע, די פענער זענען געספאנסערט געווארן דורך ביישטייערונגען פאר וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס.

•ביידען ווארטזאגער זאגן אז זיי ווילן אז דער איינשווערונג זאל סימבאליזירן פאראייניגונג און עפענען א נייע קאפיטל אין אמעריקאנער היסטאריע.

•פרעזידענט טראמפ איז ערווארטעט צו פארלאזן וואשינגטאן פאר די צערעמאניע, אבער וויצע פרעזידענט פענס איז ערווארטעט זיך צו באטייליגן.

דער מארגנדיגער מאכט איבערגאנג וועט זיין א גאר היסטארישע מאמענט אין אמעריקאנער געשיכטע פאר פארשידענע סיבות:
•עס איז דאס ערשטע מאל וואס א פרעזידענט אנערקענט נישט זיין פארלוסט און באגריסט זיך נישט פארמאל מיט זיין נאכפאלגער.

•עס איז דאס ערשטע מאל אין אמעריקאנער געשיכטע וואס א פרוי ווערט איינגעשוואוירן צום אמט פון וויצע פרעזידענט.

•עס איז דאס ערשטע מאל וואס דער איינשווערונג ווערט דורכגעפירט אויף א מער באשיידענעם אופן, און מיט א קליינע פארזאמלונג וועלכע געפונען זיך אויפ׳ן ארט און רוב אמעריקע האלט מיט ווירטואל.

•עס ווערט אפגעצייכנט אין שאטן פון היסטארישע געשעענישן פון געוואלדטאטן וועלכע זענען אונטערגעהיצט געווארן דורכ׳ן ארויסגייענדיגן פרעזידענט.

•אמעריקע געפונט זיך אין איינע פון אירע טונקלסטע מאמענטן מיט אויסטערלישע פיינטשאפט צווישן די פארשידענע פראקציעס און מער און מער ראדיקאלע גרופעס הייבן זיך די קעפ.

•פרעזידענט עלעקט ביידען וועט זיין דער עלטסטער מענטש אין אמעריקאנער געשיכטע צו איינגעשוואוירן ווערן אלס פרעזידענט (ברעכנדיג דער רעקארד פון דאנעלד טראמפ).

•דער קאבינעט פונעם פרעזידענט-עלעקט און פעדעראלע באאמטע נעמט ווארשיינליך אריין די גרעסטע צאל אידן אין סיי וועלכע אדמיניסטראציע אין אמעריקאנער געשיכטע. (ליידער האט די וויצע פרעזידענט אויך געהייראט א איד, און אלע דריי קינדער פונעם פרעזידענט-עלעקט זענען פארהייראט צו אידן ה״י).

•דער יעצטיגער איינשווערונג וועט זיין אנדערש ווי פריערדיגע צערעמאניעס און אלעס איז געפלאנט אויף א ווירטואלע פארמאט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל