איז פוטין'ס רעזשים אין געפאר?

די קורצע ענטפער איז: ניין. פוטין האט אין די לעצטע צוואנציג יאר באפעסטיגט זיין אייזערנעם פויסט אויפ'ן לאנד און כמעט אלע עקספערטן זענען ביי די מיינונג אז ער איז פולשטענדיג אין קאנטראל. טראצדעם האבן די פראטעסטן איבעראשט די וועלט, מען האט שוין פאר לאנגע יארן נישט געזען אזעלכע מאסן פראטעסטן קעגן פוטין.

פוטין איז נישט נאר א ברוטאלער דיקטאטור וועלכער ברענגט אום זיינע קעגנער. ער געניסט אויך פון היבשע פאפולאריטעט אין רוסלאנד. רוסישע בירגער זענען שוין זאט פון הונדערטער יארן פון בלוט פארגיסונג און ארימקייט, און פוטין ברענגט א געוויסע סטאביליטעט צום לאנד.

אבער אין די לעצטע יארן דערקענט זיך מער און מער אן אויפברויז, ספעציעל צווישן יונגערע רוסן, מיט די אפענע קארופציע פון פוטין און זיין אויפרייסערישע לעבנס שטייגער אויפ'ן חשבון פון שטייערן פון רוסישע בירגער. פוטין איז איינע פון די רייכסטע מענטשן – און מעגליך דער רייכסטער – אויף דעם פלאנעט.

די שווערע עקאנאמישע צושטאנד און מער און מער מערב-וועלט שטודירטע יוגנטליכע שאפן א קענטליכע אפאזיציע צום רוסישן דיקטאטור, און דער פאפולאריטעט פון אלעקסיי נאוואלני טוט ביישטייערן דערצו, ער קאנצעטרירט זיך שטארק צו קאמפיינען ביים פאלק אז פוטין איז קארופטירט.

די יעצטיגע פראטעסטן זענען נישט נאר פון די גרעסטע וואס מען האט געזען קעגן פוטין, עס איז אויך גאר אויסגעשפראכן און "חוצפה'דיג" זאגן עקספערטן – ביי פריערדיגע פראטעסטן האט מען זיך נישט געוואגט צו נוצן אזעלכע אפענע קריטיק קעגן פוטין, און מער פראמינענטע פיגורן ערלויבן זיך צו זיך אנשליסן אין די פראטעסטן.

די קרעמעלין נוצט ווייטער אירע טראדיציאנאלע שרעק-טאקטיקן: "אלע פנים'ער זענען אויף ווידעאו" זאגט א סטעיטמענט פונעם קרעמעלין און ווארנט אז ווער עס האט זיך קעגנשטעלט פאליציי-פארארדענונגען "וועלן צאלן א פרייז" און באשולדיגט די פראטעסטירער אז זיי זענען אונטערגעהיצט דורך די סי-איי-עיי.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל