אין הונדערטער שטעט איבער רוסלאנד האבן הונדערטער טויזנטער פראטעסטירט קעגן פוטין אין ליכט פון די ארעסט פונעם אפאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני. און גערופן פאר די באפרייאונג פון פאליטישע ארעסטאנטן. די פראטעסטן זענען פארגעקומען אין אלע ווינקלן פון רוסלאנד, אריינגערעכנט טיף אין סיביר וואו בירגער זענען ארויסגעקומען פראטעסטירן אין פארפרוירענע טעמעפראטורן פון ארום 40 אונטער זערא. אין פילע פלעצער האבן פראטעסטירער געווארפן שניי-באלן אויף די פאליציי.
די פראטעסטירער האבן פארלאנגט אן ענדע צו די טיפע קארופציע פון פוטין'ס רעזשים. "פוטין, גנב" האבן טויזנטער געשריגן. דאס קומט נאכדעם וואס נאוואלני האט ארויסגעגעבן א פרישע דאקומענטאציע פון פוטין'ס גניבות פון שטייער צאלער געלטער.
די גרעסטע פראטעסטן מיט ריזיגע מאסן זענען אפגעהאלטן געווארן אין מאסקווע און אין סענט פעטערסבורג. הונדערטער זענען ברוטאל צושלאגן געווארן און ארעסטירט געווארן. ווידעאוס צייגן אויסטערלישע ברוטאליטעט קעגן רואיגע פראטעסטירער.
די אפיציעלע ציפערן פון די רוסישע רעגירונג געט אן איבער עטליכע הונדערט ארעסטן, אבער פארלעסליכע פעלער זאגן אז עס רעדט זיך אין די פילע טויזנטער. און דער 'ניו יארק טיימס' שטעלט די ציפער ביי 3,000 פון איבער 109 שטעט.
אויסער די ארעסטירטע ביים פראטעסט האט פאליציי שוין אין די טעג בעפאר ארעסטירט הונדערטער צווישן די ארעסטירטע האבן זיך געציילט פילע מינדעריעריגע, א ווידעאו האט געצייגט די ארעסט פון א צען יעריג קינד. זיי זענען באפרייט געווארן נאכדעם וואס דאס האט געשאפן אן אינטערנאציאנאלע שטורעם.
דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן אן אפיציעלע סטעיטמענט רופנדיג פאר רוסלאנד צו "רעספעקטירן די רעכטן פון בירגער צו אויסדרוקן זייער מיינונג" און ענדיגן די ברוטאליטעט קעגן פראטעסטירער, און אזוי אויך געשטיצט די רוף פון די בירגער צו באפרייען נאוואלני.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה