כינע האט נעכטן ארויסגעגעבן אירע עקאנאמישע ציפערן פאר 2020 – עס צייגט אז איר עקאנאמיע האט גענאסן פון א שטארקע וואוקס טראץ די קאראנע עפידעמיע. איבער׳ן יאר איז איר ׳דזשי-די-פי׳ (GDP) געוואקסן מיט 2.3%, און אינעם לעצטן קווארטאל איז עס געשטיגן מיט 6.5 פארגליכן צו א יאר בעפאר. אינעם ערשטן קווארטאל איז די כינעזער עקאנאמיע שטארק געפאלן, אבער שנעלע און אגרעסיווע שריט פון די רעגירונג האבן צוריקגעשטעלט די עקאנאמיע אויף די רעלסן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה