לעצטע אפדעיטס איבער אלעקסיי נאוולאני

•אלעקסיי נאוולאני איז א 44 יעריגער כאריזמאטישער פירער וועלכער איז דער צענטראלער אפאזיציע פיגור צו וולאדימיר פוטין.

•פאריגן אוגוסט איז ער צוזאמענגעפאלן אויף א פליגער אין רוסלאנד, זיינע נאנטע האבן באלד פארדעכטיגט אז ער איז פארגיפטעט געווארן דורך פוטין און אים אפגעפירט קיין דייטשלאנד אין א באוואוסטלאזע צושטאנד.

•אין דייטשלאנד האבן דאקטוירים און אויטאריטעטן געזאגט אז ער איז פארגיפטעט געווארן מיט א נערוו-גאז – א טויטליכע גיפט וואס פוטין׳ס געהיים פאליציי באנוצן זיך אפט.

•נאך לאנגע חדשים איז נאוואלאני צוריקגעקומען צו די כוחות, און האט געמאלדן אז ער וועט זיך צוריקקערן קיין רוסלאנד, און דערמיט אריינגעשטעלט די פוטין רעזשים אין א דילעמא.

•דער רוסישער רעזשים האט באלד געמאלדן אז ער וועט ארעסטירט ווערן פאר׳ן אנגעבליך פארלעצן ׳בעיל׳ וויבאלד ער איז אינמיטן א געריכטליכע פראצעדור.

•ער איז אפגעפלויגן פון דייטשלאנד מיט א פליגער פול מיט דזשורנאליסטן און שטיצער, און טויזנטער האבן אים אפגעווארט אין לופטפעלד.

די רוסישע אויטאריטעטן האבן אבער פארקירוועט דעם פליגער צו אן אנדערע לופטפעלד צו אויסמיידן די פראטעסטירער.

באלד ביים אריבערגיין פאספארט קאנטראל איז ער ארעסטירט געווארן דורך אויטאריטעטן און האבן אים נישט ערלויבט צו מיטנעמען אן אדוואקאט.

זיין ארעסט איז פארדאמט געווארן דורך פילע וועלט פירער, אריינגערעכנט פון די פרעזידענט-עלעקט ביידען׳ס אדמיניסטראציע וועלכע האבן פארלאנגט זיין באלדיגע באפרייאונג.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל