אמעריקאנער רעגירונג גע'העקט
(Photo Credit: USA Today)
עטליכע אמעריקאנער אגענטורן, אריינגערעכנט די פענטעגאן און די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט, זענען גע'העקט געווארן דורך א גרופע העקערס.

מאנאטן נאך א מאסיווע העק, דורך א גרופע געלערנטע העקערס, וועלכע האבן געוויסע בינדונגען מיט די רוסישע שפיאנזש אגענטור, האט "פייער-איי", א פריוואטע זיכערהייט אגענטור וועלכע ארבעט מיט עטליכע אמעריקאנער מיליטער און שפיאנאזש אגענטורן, געלאזט הערן אז זי האט אויפגעכאפט אז עס איז פארגעקומען א העק מאנאטן בעפאר, א העק וועלכע זי האט נאכנישט געזעהן אין איר היסטאריע. די נייעס איז שפעטער באשטעטיגט געווארן דורך די טראמפ אדמינסטראציע.

א מאסיווע אויספארשונג האט זיך געעפנט איבער די נייעס, און ווייניג דעטאלן זענען שוין באשטעטיגט געווארן. אבער קוועלער פון אינערהאלב עטליכע אגענטורן געבן איבער אפדעיטס איבער די העק.

די פענטעגאן און די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט, וועלכע שוימט מיט איר סלאגאן, אז עס איז אוממעגליך איר צו העקן, איז גע'העקט געווארן. די ען.עס.עי., די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטור וועלכע טוט העקן אנדערע, איז גע'העק'ט געווארן. די סטעיט דעפארטמענט און די קאמערס דעפארטמענט און פילע אנדערע טעכנאלאגישע ריזן, ווי עמעזאן און וואלמארט, זענען אויך מעגליך גע'העק'ט געווארן.

ווי געשריבן, איז גאר ווייניג אינפארמאציע איבער די העק באקאנט, צו די העקער'ס האבן געציהלט די 2020 עלעקשאן, וועלכע איז געווען באשיצט דורך די פענטעגאן און היימלאנד דעפארטמענט, צו די העקער'ס האבן געזיכט צו זאמלען אינפארמאציע, צו די העקער'ס האבן געלייגט א האנט אויף די פענטעגאנס נוקלעארע סודות, די אלע שאלות זענען נאך אומבאקאנט.

די סטעיט דעפארטמענט, האט ווי געווענליך, נישט ארויסגעקומען מיט אן אפיציעלע סטעיטמענט אז זי איז גע'העק'ט געווארן, נאר געזאגט, אז זי האט געהערט איבער די העק, אין אירע אויספארשערס ארבעטן דערויף. 

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל