ביליאנערן אנטלויפן פון די סיטי'ס
(Photo Credit: Britannica)

די עלעפטע רייכסטע פארשוין פון די וועלט, לערי עליסאן, האט היינט געמאלדן אז ער האט גע'מופט צו זיין האוואי אינזל, ווערנדיג די לעצטע רייכער וועלכע מופט אוועק פון קאליפארניע'ס סילקאָן וועלי.

עליסאָן איז איינס פון די ערפינדער און די עקזעקיוטיווע פירער פון די "ארעקעל קאפאראציע", איינס פון די רייכסטע סאָפטווער פירמעס אין די וועלט. עליסאן איז 76 יאר, און האט א געשאצטע פארמעגן פון 75 ביליאן דאלער.

לערי עליסאן, איז די צווייטע רייכע פארשוין אין די לעצטע וואך, וואס אנטלויפט פון קאליפארניע, די ארט פון ווי ער האבן אויפגעבויעט זיין פארמעגן. עלאן מאסק, די צווייט רייכסטער מענטש אויף די וועלט, און די ערפינדער פון טעסלא, ספעיס-עקס. און נאך... האט די פארגאנגענע וואך געמאלדן אויף א ווירטואלע זיצונג, אז ער האט אויך גע'מופט קיין טעקסאס, קריטיקירנדיג קאליפארניע, זיין געוועזענע היים שטאט, ווי שלעכט זי פירט זיך אויף צו אירע רייכע איינוואוינער.

סילקאָן וועלי, האט א היסטאריע פון זיין די רייכסטע טעכנאלאגישע פירמעס הויפטקווארטיר. די גרעסטע אמעריקאנע פירמעס ווי עפל, נעטפליקס, פעיסבוק, עידזש.פי., אי-בעי, יאַהו, מייקראסאפט, האבן דארט זייערע הויפטקווארטירן, אבער אין די לעצטערע מאנאטן האבן עטליכע פירמעס געמאלדן אז זיי וועלן אנהייבן אוועק מופן פון דארט, ספעציעל צוליב די פענדעמיע, וואס פילע ארבעטערס ארבעטן פון אינדערהיים.

ביליאנערן אנטלויפן פון די סיטי'ס
(Photo Credit: NYTimes)

א בליק פון די הייעך אויף לערי עליסאנס נייע אינזל 

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל