פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אויף די טוויטער פלאטפארמע אז אטורני דזשענעראל וויליאם באר וועט רעזיגנירן. בארר איז פון די נענטסטע מענטשן צו טראמפ, אבער זינט טראמפ האט אנגעהויבן מיט די "פראוד טעאריע", האט ער, מיט עטליכע אנדערע זיך אנגעהויבן דערווייטערן פון פרעזידענט טראמפ.
ווי פרעזידענט טראמפ שרייבט אין א טוויט, "איך האב יעצט געהאט א געשמאקע שמועס מיט אטורני דזשענעראל ביל באַרר אינעם ווייסן הויז. אונזער פריינטשאפט איז געווען א גוטע, ער האט געטאן א געוואלדיגע דזשאב! ביל וועט פארלאזן זיין פאסטן גראד בעפאר די חאָגע צו אויסניצן די צייט מיט זיין פאמיליע."
"דעפיוטי אטורני דזשענעראל דזשעף ראזען, א וואונדערבארע פארשוין, וועט ווערן די אפיציעלע אטורני דזשענעראל. ריטשארד דאָנעהא וועט ווערן דעפיוטי. א דאנק צו אייך אלע!"
די נייעס קומט עטליכע טעג נאך וואס דער אטורני דזשענעראל בארר איז ארויסגעקומען מיט א ספעציעלע סטעיטמענט, אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט נאך א פולע אויספארשונג געקומען צו א מסקנא, אז עס איז נישט געווען קיין שום ערנסטע פראוד דורכאויס די עלעקשאנס.
Just had a very nice meeting with Attorney General Bill Barr at the White House. Our relationship has been a very good one, he has done an outstanding job! As per letter, Bill will be leaving just before Christmas to spend the holidays with his family...
— Donald J. Trump (@realDonaldTrump) December 14, 2020
...Deputy Attorney General Jeff Rosen, an outstanding person, will become Acting Attorney General. Highly respected Richard Donoghue will be taking over the duties of Deputy Attorney General. Thank you to all! pic.twitter.com/V5sqOJT9PM
— Donald J. Trump (@realDonaldTrump) December 14, 2020
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה