עקסקלוסיוו: עפיק-שפיל פראדוצירט א פרישע אידישע פילם

אידן פון ארום די וועלט זענען פריילעך צו די נייעס אז א פרישע אידישע מאווי איז אויפ'ן וועג!

די פילם וועט הייסן "איסט סייד", און וועט זיך באציען איבער די שוועריגקייטן פון האלטן שבת אין אמעריקע אין די בראשית יארן.

די פראדוקציע פון די פילם, וועלכע ווערט ארגאניזירט דורך "דעי 6 פראדוקציע" האט זיך אנגעהויבן בלויז דריי מאנאטן צוריק, און וועט שוין זיין אוועילעבעל אין די לאקאלע געשעפטן ביי חנוכה.

די נייעס קומט עטליכע מאנאטן נאך וואס די "אומגלויבליך שפילן" טיעם איז ערשינען מיט איר מאווי "פאר-רעטער" (זעהט אויסצוג) די פארגאנגענע חול המועד פסח, אויפלעבנדיג טויזנטער היימישע פאמיליעס וועלכע זענען געזיצן איינגעשפארט אין זייערע היימען אין די שווערע קאראנע תקופה.

זעהט די אפיציעלע אויסצוג פון די נייע איסט סייד פילם:


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

1 תגובות

  1. גרויסע ריזיגע שמחה אין די גאנצע אידישע וועלט!

    השבמחק

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל