די מידיא דעקט אויף דעם סאטמאר'ן חתונה דורך אן ארטיקל אין דער בלאט

וויליאמסבורג - א ניו יארק טיימס ארטיקל וועלכע איז פובליצירט געווארן די שב"ק נאכמיטאג טוט פארעפנטליכן די מאסיווע סאטמאר'ע חתונה (בחצר מהר"א) פון עטליכע וואכן צוריק, מאכענדיג א גרויסע חילול השם פאר די דרויסענדיגע וועלט אז אידן פאלגן נישט די רעגירונגס קאראנעווירוס רעגולאציעס.

די קעפל פונעם ארטיקל ליינט זיך "געהיימע פלענער העלפט ברוקלין שוהל צו אפרעכטן א מאסיווע מאסק'לאזע חתונה". די ארטיקל איז געשריבן דורך א זשורנאליסט מיט'ן נאמען סוזען עדעלמאן, א זשורנאליסט וועלכע האט שוין געשריבן פאר די פאסוט אסאך שמוציגע ארטיקלען אויף היימישע אידן, מעשיות וועלכע חרדי'שע אידן האבן קיינמאל נישט געוואלט אז עס זאל פארעפנטליכט ווערן.

ווי די ארטיקל ליינט זיך, שרייבט די פאוסט, אז כאשט די שטארקע העכערונג פון פילע פרישע קאראנעווירוס פעלער אין ניו יארק סיטי האבן זיך טויזנטער באטייליגט ביי א חסידי'שע חתונה פון יואל טייטלבוים אן אייניקל פון אדמו"ר מהר"א טייטלבוים, טאנצענדיג אַקסל אויף אַקסל און זינגענדיג אויף די העכסטע טענער אן קיין מאסק אויפ'ן האריזאנט.

די ניו יארק פאוסט טוט טוט דאן איבערזעצן אן ארטיקל וועלכע איז ערשינען אינעם אידישן צייטונג "דער בלאט" אין ענגליש, וועלכע האט אויסגעלויבט אז מען האט באוויזן צו באהאלטן די חתונה פון רעגירונגס בעאמטע און פון די אלגעמיינע פרעסע. פאלגענד וועלן מיר איבערשרייבן די ארטיקל פון "דער בלאַט" אין אידיש: 

"צוליב די סיטואציע מיט די רעגירונגס רעגולאציעס האבן אונזערע עסקנים באוויזן צו אנגערייטן די חתונה באהאלטענערהייט כדי נישט צו ציען קיין אוימערקזאמקייט פון פרעמדע."

"אין די לעצטע וואכן האבן אונזערע עסקנים אריינגעלייגט שווערע כוחות אז די חתונה זאל זיך אויסארבעטן אויפ'ן בעסטן פארנעם. אלע מודעות איבער די חתונה זענען ארומגעפארן פון מויל צו אויער, אן ארויסלייגן צעטלעך אויף די גאסן און אין די בית המדרש, מיר האבן נישט ארומגעשיקט קיין הזמנות דורך פאָסט און ניטאמאל א מודעה אין די צייטונגען, אפילו אונזער צייטונג (דער בלאַט)."

"די טעג בעפאר די חתונה זענען געווען גאר אנגעצויגן, נישט וואוסענדיג וואס די קומענדיגע מאמענט וועט ברענגען, וועלכע אידישע אויסווארף וועט אפמאכן צו מאכן א טומל און צושטערן חס ושלום די שמחה."

די פאוסט גייט דאן אן מיט'ן אראפלייגן ווי מיר אידן פאלגן נישט די רעגירונג און ווי ווייט די חתונה איז געווען פונעם רעגירונגס געזעצן.

--עד כאן ה'פאָוסט

די חילול השם איז איום ונורא, ווען מיליאנען גוים פון ארום די וועלט זיצן היינט און אין די קומענדיגע טעג און וועלן ליינען די נייעס אויף די פאוסט - אדער אויף די אנדערע מידיא קוועלער וועלכע האבן דאס באריכטעט - אז אידן פייפן זיך אן פון די רעגירונגס געזעצן, און מיר מאכן חתונות מיט טויזנטער אידן צוקוועטשט'ערהייט אן קיין מאסקעס, אן קיין דערהער פון א ווירוס. ספעציעל טוט שאפן די חילול השם די ארטיקל אינעם "דער בלאט" וועלכע לייגט אראפ ווי סוקסעספול מיר אידן זענען געווען ווען מיר האבן באוויזן אויסצושפילן די סיסטעם און די רעגירונג, און באוויזן צו מאכן א פאַרטי פון עטליכע טויזנט באטייליגטע.

עס איז לאחר המעשה, אבער נעמט אינאכט די אנטיסעמיטיזם וואס וועט ארויסקומען פון דעם נער'ישן רבי'שע חתונה, און טראכט אריין א מינוט וואס איר קענט טאן דאס אפצושטעלן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

2 תגובות

  1. פארוואס זאל א חסידישע מידיע נעטווארק דאס אנרופן "א נארישע רבי'שע חתונה"? זייט ווען רעכענן מיר מיט וואס די פאוסט שרייבט אויף אונז? אין מיין אפּיניאן האט דעי ארטיקל נישט קיין און נישט קיין פוס, ס'אבי געשאסן.

    השבמחק
  2. איך פארשטיי נישט, דער חתונה איז דען נישט געווען פאר בי.על.עם.? דאס מעג מען דאך!?

    השבמחק

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל