עלעקשאנס 2020: שטעלט אייך פאר פארקערט

מיר שטייען שוין נאנט צו צוויי וואכן נאך די עלעקשאן-טאג, דזשאו ביידען איז שוין דערקלערט געווארן אלס געווינער דורך צענדליגע מיליאנען אמעריקאנער בירגער און דורך פולע וועלטס-מאכטפולע לענדער, אבער מער ווי האלב רעפובליקאנער האבן נאכנישט געמאכט דעם באשלוס, צו מיט דעם טענה אז טויטע וויילער קענען נישט שטימען, צו מיט דעם טענה אז די מידיא מאכט נישט אפ ווער עס איז פרעזידענט, צו מען קען סתם אזוי נישט שלום מאכן מיט די רעאליטעט. טויזנטער אידן, ספעציעל ביי חרדי'שע גייען שוין ארום מיט אראפגעלאזטע נעזער פאר כמעט א מאנאט, מיט די פראגע "איז נאך דא האפענונג?"

רבותי עס איז צייט שלום צו מאכן מיט די מצב! די שאנסאן זענען גאר שוואכע אז טראמפ וועט שטיין אויפ'ן פלאטפארמע ביים יו.עס. קאפיטאל יאנוואר 20. אבער לאמיר זיך ארויסציען פונעם באַקס פאר א מינוט, און כאפט ווי נער'יש מיר דרייען זיך ארום אין די לעצטע טעג. ליידער, איז די איינציגסטע וועג דאס מזביר צו זיין, איז דורך רעדן בלשון סגי נהור...

***

עס איז נאוועמבער 1, די ביידען שטיצערס גייען ארום מיט אויפגעהויבענע קעפ, עס איז קיין שאלה נישט, אונזער ביידען וועט דאס מאכן, און נישט סתם מאכן, נאר מיט א לענדסלייט, נאך די אלע קאמפיינען און דעבאטעס אקעגן דאנאלד טראמפ, דער וועלכע קען אפילו נישט דערקענען די חילוק צווישן זיין טאכטער און ווייב...

נאוועמבער 3 ביינאכט, זאכן הייבן אן ווערן צופארן, אבער די שטים רעזולטאטן קוקן אויס היפש גוט פאר ביידען, ביידען גיבט א האלבע זיג-רעדע, צולייגענדיג עס איז אפילו נישט קיין שאלה אז מיר גייען געווינען, זיינע שטיצערס לייגן זיך שלאפן מיט א רואיגן געמוט...

עס איז נאוועמבער 4 צופרי, זאכן הייבן אן גיין דרום, רעכטע מידיא קוועלער הייבן אן שרייען טראמפ האט געוואונען די סווינג-שטאט און יענע סווינג-שטאט, די טראמפיסטן פאטשן זיך די בויך, שרייענדיג "4 מער יאר"... 

אבער דאן, זעצט זיך ביידען ארויף אויף די טוויטער פלאטפארמע, און הייבט אן שיסן קאמענטארן, שרייענדיג, מיר האבן נעכטן געהאלטן גוט! קיין שום שטימע וואס קומט אריין נאך די וואל-טאג וועט נישט געציילט ווערן! סטאַפ די קאַונט! #פראוד! און דערויף לייגט נאך טוויטער ארויף א לעיבל שרייבענדיג אז עס איז פאלשע נייעס, און עס איז דיספיוטיד. די טראמפ שטיצער לאכן מיט שחוק וקלות ראש, דער ביידען ווייסט נישט וואס פליעט מיט אים, געדענקט אפילו נישט וואס ער האט געשריבן 2 מינוט צוריק...

עטליכע טעג גייען אריבער אביסל אנגעצויגענע, אבער מוצאי שב"ק (עטליכע שבת צופרי...) הערט מען די נייעס "טראמפ האט געוואונען!" ווידערוויילט אלס פרעזידענט! די טראמפ שטיצער קענען שוין קוים ווארטן צו זעהן די ווידעא וויאזוי די ביידען קאמפיין פירער וויינען אינעם קאמפיין צענטער ווי 2016... 

אבער, ניין! ביידען גייט אן. מיר וועלן מאכן די עלעקשאן. 70 מיליאן עכטע שטימען. מיר וועלן אנקלאגן אלע סווינג-סטעיטס. מיר וועלן מאכן ריקראַונטס. מיר האבן פרוף אז עס איז געווען פראוד. מיר האבן 10,000 בילדער. מיר האבן מענטשן. מיר וועלן אפילו מאכן א "מאגא מיליאן ראללי"...

די טעג גייען אריבער, די רעכטע מידיא קוועלער האבן שוין באשטימט אלע שטאטן, טראמפ קומט ארויס אלס די לענדסלייט-זיגער מיט 306 עלעקטארעל שטימען און איבער 50.8 פראצענט פון די שטימען ווען ביידען האט נישט געקענט אנציען מער ווי 47.2 פון די וויילער.

רעכטע מידיא קוועלער באריכטן אז ביידען'ס פאמיליע בעט זיך ביי ביידענ'יו אז ער זאל אויפגעבן אבער זיין זוהן האנטער דרייעט דעם טאטן א קאפ אז ער זאל אנגיין מיט א קראפט, זאגענדיג לאמיר האלטן די שטיצער, כאטש אויף 2024...

ביידען ומחנהו שרייען, מיר האבן פרוף אז 200 שטימעס אין פענסילוועניע זענען געווען פאלש, 600 און אריזאנע, אבער טראמפ שרייעט מיר האבן א געווינס מיט צענדליגע טויזענטער שטימען, ווילסט נעמען נאך 200, נעם עס, אבער מיר האבן די עלעקטארעלס, מיר האבן די מענטשן. ביידען גייט אין געריכט, אבער פולע קאָורטס ווילן נישט הערן פון גארנישט. ביידען האט אפילו אויפגענומען א זשוליאני, לאמיר אים רופן א בערני סענדערס, וואס זאל לויפן זיינע קלאגעס, אבער די מעשה איז פארטיג.

והמבין יבין...

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל