טראמפ פארלירט פענסילוועניע קלאגעס

ברעיקינג!
א פעדעראלע ריכטער האט אפגעווארפן די קלאגעס פון די טראמפ קאמפיין אין פענסילוועניע, ווי מען האט פרובירט צו אוועקווארפן מיליאנען שטימען פון די וואלן, מיט'ן אויסרייד אז עס האט נישט קיין געהעריגע באווייז אז עס איז געווען פראָוד. 

די נייעס איז א גרויסע קלאפ פאר די טראמפ קאמפיין, וואס כאטש וואס די מידיא קוועלער האבן גע'טענה'ט פון אנפאנג אז עס איז ממש אוממעגליך אז די קלאגעס זאלן גענומען ווערן ערנסט, האט אבער די לעגאלע אפטיילונג פון די טראמפ קאמפיין וועלכע ווערט געפירט דורך רודי זשוליאני, געהאלטן אז דאס איז פון די גרעסטע שליסלעך וויאזוי טראמפ האט נאך א שאנס צו געווינען די וואלן, צוליב וואס פענסילוועניע איז די שטארקסטע סווינג סטעיט, מיט די מערסטע עלעקטארעלס, וואס איז געגאנגען פאר ביידען.

די קלאגע איז אפגעווארפן געווארן דורך ריכטער מעטיו ברען, און דאס איז די 29'טע קעיס וואס די טראמפ קאמפיין האט פארלוירן אדער צוריקגעצויגן פון זייערע קלאגעס.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל