אן אויספארשונג איז געעפנט געווארן דורך די לאקאלע פאליציי נאך צווי באזונדערע אטאקעס, וועלכע ווערט געשאצט אלס אנטיסעמיטיש, איז פארגעקומען די וואך אויף פרומע אידן אין קראון הייטס.

די ערשטע אטאקע איז פארגעקומען די פארגאנגענע וואך, ווען א טונקל-הויטיגע ערל'טע האט געשלאגן א פרוי מיט אן אייזערנע אביעקט. די צוויטע אטאקע האט פאסירט די מוצאי שב"ק, ווי א טונקל-הויטיגע פארשוין האט געשטאכן עטליכע מאל א איד אין א געשעפט, בעפאר'ן אנטלויפן פונעם סצענע, איבערלאזענדיג די איד פארוואונדעט.

שמירה ד'קראון הייטס בעהט פאר אייער הילף: אויב דערקענט איר איינס פון די כוליגאנען, אדער איר זעהט זיי, רופט שוין שמירה 718-221-0303.

🛑זהירות: נישט פאר שוואכע הערצער

פאסירט די פארגאנגענע דאנערשטאג

פאסירט היינט אין קראון הייטס

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל