מאנסי - טויזנטער אידן פון ניו יארק און די אומגעגנט זענען היינט שאקירט געווארן איבער די נייעס אז די רעמפאו פאליציי דעפארטמענט האט פארשפארט די הויפט אריינגאנג מאנסי בית החיים, און טוט נישט ערלויבן קיין איינטריט פאר אויטאס אלס טייל פון די נייע רעגירונגס קאראנעווירוס גיידליינס.
די נייעס קומט אין די טאג פון די יארציי"ט פונעם ריבניצ'ער רבי ז"ל וועלכע געפאלט כ"ד תשרי.
עטליכע זייטיגע ראָודס נעבן די בית החיים זענען אויך געווארן אפגעשפארט צו שטערן די פאראויסגעשאצטע ציבור. ווי חברים ד'מאנסי זאגט, וועט רוט. 306 נעבן גרענדוויאָ עוועניו זיין אפגעשפארט מארגן נאכמיטאג ווי אויך איז באריכטעט אז ווייאָלע ראָוד וועט זיין אפגעשפארט מארגן דורכאויס די נאכט שטונדן.
צעטל איבער די טראנפארטאציע צום ציון
מעסעדזש פון חברים ד'מאנסי איבער די אפגעשפארטע ראודס
הוסף רשומת תגובה