קיין העשי, קיין שלום: פראטעסטן איבער בארא פארק נאך וואס טישלער ווערט ארעסטירט
Photo Credit: PIX11
באריכט דורך יהוסף כ"ץ

בארא פארק - א פרישע רונדע פון פראטעסטן האט זיך נעכטן (מוצאי יום טוב) אנגעהויבן נאך וואס דער אקטעוויסט העשי טישלער איז ארעסטירט געווארן. זעהט ווידעאס.

טישלער איז ארעסטירט געווארן פאר'ן אנרייצן די עולם ביי איינס פון די לעצטיגע אנטי-רעגירונגס פראטעסטן צו אנשלאגן אן אידישע זשורנאליסט (יעקב קארנבלי). ווי טישלער האט געזאגט אין א ווידעא בעפאר יום טוב, האט ער געשאפט אן אפמאך מיט די לאקאלע פאליציי דעפארטמענט אז ער וועט אליינס אריינקומען צום פריסינקט און זיך איבערגעבן כדי נישט צו שאפן כאאס איבער די גאסן פון בארא פארק. אבער ווי עס קוקט אויס איז געווען א מיספארשטענדעניש ווען צענדליגע פאליציי אפיצירן האבן זיך אראפגעלאזט בלויז א שטונדע נאך מוצאי יום טוב און ארעסטירט טישלער געקייטעלט'ערהייט.

א גאָ-פאָנד-מי קאמפיין איז געעפנט געווארן אויסצוצאלן די בעיל-שטראף פאר טישלער, די קאמפיין האט אריינגעברענגט עטליכע טויזענט דאלער, אבער וויאזוי טישלער זאגט, האט ער נישט געמאכט די קאמפיין, און ער ברויך נישט צוקומען צו אנדערע מענטשנ'ס געלטער.

צענדליגע אידן האבן זיך ארויסגעלאזט איבער די נאכט צו די 13'טע גאס און פראטעסטירט פארענט פון דער אידישער זשורנאליסט'ס (מר. קארנבלי) היים. עטליכע פאליציי אפיצירן זענען געווארן אראפגערופן צו בלאקירן די אידישע פראטעסטירער צו קענען אריינגיין אין די געביידע פון קארנבלי'ס וואוינונג.

ווידעאס:


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל