בארא פארק - טויזענטער אידן און להבדיל גוים האבן די נאכט געשטוינט געווארן צו די נייעס וועלכע איז שוין נישט געהערט און געזען געווארן פאר לאנגע יארן, נעמליך עטליכע הונדערט חרדי'שע אידן האבן זיך ארויסגעלאזט אויף די גאסן פון בארא פארק געשריגן, אנגעצינדן פייערס, פארוואונדעט אידן, פארוואונדעט מידיא זשורנאליסטן, גע'מזיק'ט אויטאס און אנדערע טייערע חפצים און די ליסטע ווערט נאר לענגער.

די חילול השם איז איום ונורא און סיי ווער עס האט אביסעל'ע מער שכל ווי די ציפער "0" קען ממש נישט פארשטיין וויאזוי היימישע אידן בני אברהם יצחק יעקב זאלן ארויסגיין פראטעסטירן אזויווי עטליכע נידריגע ליבעראלע פארברעכער האבן געטאן דורכאויס די יאר. 

זענען מיר אומשולדיג? שוין לאנגע מאנאטן וואס היימישע אידן פאלגן נישט קיין איין רעגולאציע פון די רעגירונג מיר האבן איבערגעפילטע בתי מדרשים, חתונות גייען אן ווי געווענטליך, מוסדות פונקציאנירן ווי כאילו עס איז תשע"ט אדער גאר בעפאר, מיט'ן אויסרייד אז די חברה ווילן נאר שאדן מאכן פאר טראמפ און פאר זיין עקאנאמיע, מיר זענען אזוי פאר'כישופ'ט אין א גוי (צו איר זענט א טראמפיסט אדער נישט) אז יעדע ווארט וואס ער זאגט איז קודש קדשים. ער האט געזאגט אז א טויטליכע ווירוס איז שטותים, דאן איז עס שטותים, און אז ער וועט זאגן אז מען ברויך זיך שיסן מיט א בולעט לכבודו וועט מען דאס אויך טאן?!

וויאזוי קענען מיר זיין טראמפ'יסטן און ליבעראלן און די זעלבע צייט? איין מינוט שרייען מיר די ליבעראלן ברענגען אונטער דאס לאנד מיט די פראטעסטן, און דאן קומען מיר אידן ארויס פראטעסטירן און איבערדרייען די שטאט?!?

עס איז נישט פארהאן קיין איין דאקטער (מיר באציען זיך נישט צו די אנטי-וועקסער דאקטוירים) אדער אן אדערע פארשוין וועלכע דרייעט זיך אביסל אין די עולם ה'העלט וועלכע וועט אייך זאגן אז מאסקעס העלפן נישט, אדער די קאראנע איז נישט שרעקליך ערנסט.

אן אידישע נעטווארק אנקעטע וועלכע איז גענומען געווארן דורך עטליכע הונדערט היימישע אידן צייגט, אז בלויז 41% אידן האלטן אז די פראטעסטן זענען אקעגן די דרך התורה. רבותי! וועקט אייך אויף מיר זענען אין גלות ווי זענען די סאטמאר'ע מיט די שלש שבועות, וואס וועט מען טאן מיט די שרעקליכע אנטיסעמיטיזם וואס די פראטעסטן וועלן שאפן? 

אויב איר פארשטייט נישט ווי ערנסט די לאגע איז נעמט 10 מינוט און קוקט איבער די בלויזע טרוקענע ווידעאס פון נעכטן נאכט און לייגט אייך אריין אין א נארמאלן גוי'ס שוך:

א זשורנאליסט ווערט צוטרעטן פאר'ן חטא פון אפכאפן א ווידעא מיט א קאמארע

ווי להבדיל צולאזטע אנטיפא טעראריסטן


2 תגובות

  1. People thinking that because they are living in a good nation for Jews they can do what they want it must stop
    חילול השם it's a tremendous

    השבמחק
  2. תגובה זו הוסרה על ידי מנהל המערכת.

    השבמחק

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל