ניו יארק - ברוך דיין האמת! מיט שאק און שוידער האבן אידן פון ארום די וועלט אויפגעשטאנען היינט צו די הארצרייסענדע נייעס איבער צוויי אידן וועלכע האבן פארלאזט די וועלט אויף א גאר אינגע עלטער נאכ'ן זיין פארמישט און אן עקסידענט. משה הערצאג (28) און דוד שנעלבאלג (26) זענען געשטארבן די נאכט נאכ'ן ווערן איבערגעפארן דורך א טרעילאר וועלכע איז שפעטער ארויף אין פלאמען אויף די ניו יארק'ע טראוועי. זעהט ווידעאס פון די לויה.
רוסלאנד - דער רוסישע אפאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני וועלכע איז געווארן פארגיפטעט עטליכע וואכן צוריק האט זיך היינט געלאזט הערן פון די שפיטאל אין בערלין ווי ער טוט זיך ערהוילן, באפעלנדיג רוסלאנד אז מען זאל אים צוריקגעבן די קליידער וואס ער האט געהאט אנגעטאן די טאג וואס ער איז פארגיפטעט געווארן. נאוואלני זאגט אז די קליידער זענען "א גאר וויכטיגע שטיקל באווייז איבער ווער עס האט אים פארגיפטעט".
מדינת ישראל - בעני גאנץ וועט פליען צו וואשינגטאן פאר א בליץ-באזוך אפצוהאלטן עטליכע וויכטיגע זיצונגען מיט אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטארן וויאזוי צו האנדלען מייט איראן און אנדערע מיטל-מזרח סובסטאנציעס.
וואשינגטאן - סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעא האט היינט געמאלדן דורכאויס א פרעסע קאנפרענץ אז אמעריקע וועט סאנקציאנירן די איראנער פארטיידיגונגס מיניסטעריום צו לייגן פרישע דרוק אויף איראן זי זאל נישט בויען קיין נוקלעארע וואפן. די נייע סאנקציעס וועט אויך ארויפגיין אויף די געוועזענע ווענעזועלער פרעזידענט ניקאלאס מאדורא וועלכע האט אין די לעצטע צוויי יאר שטארק געהאלפן איראן צו באקומען פארשידענע סארט וואפן.
וואשינגטאן - די סי-די-סי האט צוריקגעצויגן פון איר סטעיטמענט וועלכע איז געווארן ארויפגעלייגט אויף איר וועבזייטל, וואס טוט שילדערן אז די קאראנעווירוס קען אריבערגיין צו אנדערע מענטשן דורך די לופט און קען זיך איבערכאפן צו אנדערע אפילו אויב א מענטש איז מער ווי זעקס פיס אפגערוקט. ווי די סי-די-סי זאגט איז די סטעיטמענט געווארן ארויפגעלייגט בטעות און איז נישט קראנט.
וואשינגטאן - בלויז צוויי טעג נאך וואס ריכטער גינזבורג - די אידישע פרוי וועלכע האט געדינט אין די סופרים-קאורט - איז געשטארבן, האט פרעזידענט טראמפ געמאלדן אז ער וועט האבן א נייע קאנדידאט די וואך פרייטאג אדער שב"ק וועלכע זאל איבערנעמען איר פאסטן.
וואשינגטאן - ניו יארק סיטי איז איינס פון די דריי שטעט וועלכע זענען געווארן באשטימט דורך די יוסטיץ דעפארטמענט אלס אן "אנארכישע טעריטאריע" און וועט פארלירן פארשידענע רעגירונגס פראגראמען צוליב וואס זי טוט דורכפאלן מיט'ן קאנטראלירן די פראטעסטן און אפשטעלן די העצע אקעגן די פאליציי.
אלאסקא - א מאן וועלכע איז אידענטיפיצירט געווארן אלס וויליאם אלעקסאנדער (49) איז היינט געווארן אנגעקלאגט אין געריכט פאר'ן רופן עטליכע וואכן צוריק א בית המדרש אין קאליפארניע און געלאזט א וואויסמעיל ווי ער האט געשריגן אז ער וועט אומברענגען די מתפללים רח"ל.
ניו יארק - אן ען-וויי-פי-די אפיציר פון א קווינס פריסינקט איז היינט ארעסטירט געווארן דורך די עף-בי-איי פאר'ן שפיאנירן פאר כינע אויף אימיגראנטן פון טיבעט. טיבעט איז איינס פון די קליינע אינזלען נעבן כינע מיט א אייגענע רעגירונג וועלכע כינע האלט זיך אלס דער בעל הבית.
ניו יארק - א ניו יארק טיימס באריכט צייגט, אז די מאנהעטן דיסטריקט אטורני'ס אפיס וועלכע פירט שוין א קריגעריי מיט פרעזידענט טראמפ פאר איבער א יאר צו באקומען זיין טעקס-ריטורנס האט היינט געלאזט הערן אז זי האט שוין אויף וואס צו בויען אן אויספארשונג אקעגן טראמפ איבער שטייער-פראוד.
האלט אייך אנגעבינדן מיט די "אידישע נייעס" פלאַטפאָרמע, צו באקומען די טעגליכע נייעס פון ארום דער וועלט!
הוסף רשומת תגובה