דר. פאוטשי צו עמי'ס טורקס: מאכטס גרויסע סוכות!

אין אן עקסקלוסיווע אינטערוויא פון טורקס מיט די קאראנעווירוס עקספערט דאקטער ענטאני פאוטשי, האט פאוטשי געזאגט אז ער האלט אז די בעסטע וועג וויאזוי זיך צו האלטן די מערסטע צו די געזונטהייט גיידליינס דורכאויס יום טוב סוכות, איז אז מען זאל מאכן גרויסע סוכות.

טורקס וועלכע ארבעט פאר די באקאנטע "עמי מאגאזין", האט געגעבן צו פארשטיין פאר דר. פאוטשי אלעס ארום די אידישע יום טוב, וועלכע פאוטשי האט זיך אנטשולדיגט זאגענדיג "איך בין נישט צופיל באקאנט מיט די רעליגיעזע זאכן". ווי פאוטשי זאגט, איז כאטש וואס די פייערונגען קומען פאר אויף די גאס (סוכה), זאל מען ווייטער גיין מיט מאסקעס און פרובירן צו זיצן אפגערוקט 6 פיס איינעם פונעם צווייטן. 

טורקס האט דאן אויסגעפרעגט פאוטשי איבער די מאסקעס, היתכן ער טוט רידערן אז מאסקעס זענען וויכטיג ווען אנהייב פון די פענדעמיע האט מען נישט אזוי שטארק געדרוקט אויף די עסק. פאוטשי האט זיך פארענפערט, אז פון אנהייב איז נישט געווען גענוג מאסקעס אז מען זאל קענען הייסן יעדעם גיין מיט מאסקעס, און ווי אויך האט מען מורא געהאט אז מענטשן וועלן גיין און קויפן גרויסע קוואנטומס פון מאסקעס און די פאליצעס וועלן זיך שנעל אויסליידיגן, אבער דאן האבן מיר דאן איינגעזעהן די ערנסטקייט דערפון און ווי אויך האבן מיר אויסגעפונען אז סתם קליידער קענען אויף דינען אלס א מאסק, זענען מיר ארויסגעקומען און געלייגט א שטארקע דגוש איבער די מאסקעס.

איבער די פראגע צו עס איז פארהאן געוויסע סארט קליידער וועלכע לאזט נישט ארויס דזשערמס פון די מויל און דאס קען ברענגען אנדערע סארט קראנקהייטן, האט פאוטשי שטארק אפגעווארפן, זאגענדיג "ניין ניין און ניין, דאס איז נישט אמת און נישט פון דעם האנדלט מען".

ווי פאוטשי זאגט, איז ער זייער אומבאקוועם צו רעדן איבער סוכות זינט עס איז געבויעט אויף מסורות וואס ער טוט נישט פארשטיין, אבער מיט דעם אלעם זאגט ער אז אויב עס איז מעגליך צו מאכן גרויסע סוכות, וואלט דאס געווען א שטארקע הילף צוקענען זיך אפהיטן פונעם ווירוס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל