אידישע נייעס: באריכט פאר דאנערשטאג האזינו

באכרעין - אין א סטעיטמענט צו די יונייטעד נעישאנס דזשענעראל אסעמבלי האט די באכרעין פרעזידענט שטארק אויסגעלויבט זיין באשלוס צו שאפן א שלום-בונד מיט מדינת ישראל, אבער האט אויך געלאזט הערן אז ער האלט אז מען זאל צושטעלן פאר די פאלעסטינער אן אפיציעלע לאנד אזוי ווי מען האט געהאט גערעדט ביי עטליכע אנדערע שלום פלענער.

עגיפטן - צען מענטשן אריינגערעכנט זעקס קינדער זענען פארוואונדעט געווארן נאך וואס א רייד אין א פארוויילונגס-ארט איז אראפ געפאלן.

וואשינגטאן - אן אויספארשונג איז געעפנט געווארן דורך די עף-בי-איי נאך וואס עטליכע שאכטלעך פיל מיט מעיל-אין שטימען איז געפונען געווארן אוועקגעווארפן אין א פארלאזטע קוואל אין פענסילוועניע. ווי די עף-בי-איי זאגט זענען אלע שטימען געווען פאר פרעזידענט טראמפ. דאס קומט אין די צייט ווען שווערע רודערייען קומען פאר צווישן די רעכטע און לינקע פארטייען איבער ווי געטרויבאר איז שטימען דורך די פאָוסט.

וואשינגטאן - די ארון פון ריכטער גינזבורג איז היינט געברענגט געווארן צו די סופרים קאורט פאר א פריוואטע צערעמאניע. פרעזידענט טראמפ און די ערשטע פרוי האבן זיך אויך באטייליגט ביי די צערעמאניע. אינדערצייט וואס די פרעזידענט האט אפגעגעבן די לעצטע עהרע פאר'ן ריכטער האבן הונדערטער פראטעסטירער זיך געשטעלט שרייען "שטימט אים ארויס, שטימט אים ארויס!"

וואשינגטאן -סענאטאר רענד פאול האט געזאגט אז ער וועט איבערגעבן די קעיס פון דזשאו ביידען צו די יוסטיץ דעפארטמענט פאר א פולע קרימינאלישע אויספארשונג. די רעדע איז איבער די סקאנדאל ווי ביידען האט אויסגעניצט זייין פרעזידענטליכע מאכט (אינדערצייט וואס ער איז געווען וויצע פרעזידענט) צו לייגן דרוק אויף אוקראינע אפצוזאגן א הויכע פראקוראר פון די אוקראינער רעגירונג צוליב וואס יענע בעאמטע האט אויסגעפארשט ביידענ'ס זוהנ'ס ביזנעס.

קענטאקי - צוויי לואיסוויל פאליציי אפיצירן זענען אין א קריטישער לאגע נאכדעם וואס א פראטעסטירער האט געעפנט הייס-פייער אויף זיי ביי א בלעק-לייווס-מעטער פראטעסט. די אפיצירן זענען גיך געווארן אריינגעפירט אין א דערבייאיגע שפיטאל. די שיסער איז געכאפט און ארעסטירט געווארן.

אילינאי - אן אידישע פרוי וועלכע איז אידענטיפיצירט געווארן אלס מרים וו. האט געשריבן אן אימעיל צו די סי-אי-או און טשערמאן פון יונייטעד לופטליניע אז זי וועט נישט קענען אנקומען צו איר פליגער צייטליך, זינט איר פליגער פארט ארויס 8:05 ביינאכט און מוצאי יום כיפור פאסט זי ערשט אויס ביי די צאת הכוכבים, וועלכע קומט אויס ארום 7:30. די עקזעקיוטיווע אפיס פון יונייטעד האט איר אנגערופן פאריגע וואך, און געלאזט וויסן אז די צייט פון איר פליגער וועט ווערן אפגעשטופט כדי זי זאל קענען זיין אין צייט ביים לופטפעלד.

קאלאמביע - אן אינטערסאנטע עפיזאדע איז היינט ארומגעפארן וויירעל איבער סאציאלע מידיא ווען אן איד וועלכע האט געפארן אויף א שאסיי האט באמערקט א רויטע קוה (פרה אדומה). די איד איז געגאנגען און אפגעקויפט די דאזיגע קוה פונעם בעל הבית און נאכ'ן אנפרעגן עטליכע דיינים איז געווארן גע'פסק'נט אז די קוה איז כשר.

ניו יארק - חברה הצלה האט ארויסגעשיקט א בריוו אז אויב איינער פילט זיך נישט גוט זאל גיין אין שפיטאל, שרייבענדיג "זאכן האבן זיך געטוישט. עס איז פארהאן א צווייטע כוואליע פון נייע קאראנע פעלער, און די שפיטעלער האבן שוין וועגן וויאזוי דאס צו באהאנדלן, אנדערש ווי אנפאנג פון די פענדעמיע."

אידישע הויפן

קארלין - אדמו"ר מ'קארלין סטאלין האט געהייסן איינפירן א נייע תקנה איבער אלע זיינע בתי מדרשים איבער די וועלט, אז עס איז נישט ערלויבט אריינצוקומען אין בית המדרש אן א מאסק און ווי אויך מוז מען זיך צושטעלן צו אלע רעגירונג'ס גיידליינס.

ברסלב - אלס א דאנק צו דער בעלארוס פרעזידענט פאר'ן צושטעלן פילע הילף פאר די חסידים וועלכע זענען געווען געשטראנדעט ביים גרעניץ צווישן בעלארוס און אוקראינע די לעצטע וואך בעפאר ראש השנה, האט מען אויפגעהאנגען די פאן פון בעלארוס אין די ברסלב'ע שוהל אין מאה שערים נעבן די ארט ווי עס ליגט די היסטארישע בענקל פון ר' נחמן מ'ברסלב.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל