אידישע נייעס: באריכט פאר מוצאי שב"ק האזינו

צפון קארעא
- קים יאנג אן האט זיך אנטשולדיגט צו דרום קארעא נאך וואס זיינע סאלדאטן וועלכע באוואכן די גרעניץ האבן געשאסן א הויכע דרום קארעאר בעאמטע און דאן פארברענט זיינע קערפער פארן זונד פון קומען נאנט צום גרעניץ.

פראנקרייך - כאטש פיר זענען פארוואונדעט געווארן אריינגערעכנט צוויי וועלכע זענען אין א קריטישע לאגע ביי א שטעכעריי אטאקע אין פאריז, פרייטאג. אומבאשטיגטע באריכטן זאגן אז די מענטש האט געשריגן א-ללא אקבר. די כוליגאן איז ארעסטירט געווארן.

קאליפארניע - די אינטערנעט-ריז גוגל האט זיך אנטשולדיגט נאך וואס פילע האבן זיך אפגערעדט אז ווען מען זוכט פאר א "אידישע בעבי וועגעלע" קומט ארויף בילדער פון אויווענס און אנדערע אנטיסעמיטישע בילדער פון די וועלט קריג. ווי גוגל זאגט, איז דאס (אידישע וועגעלעך) נישט קיין פאפולערע זאך וואס מענטשן זוכן און ממילא האט זייער סיסטעמען דאס נישט אויפגעכאפט.

וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ האט נאמינירט ריכטער'ן עמי קאָני בערעט אנצופילן די בענקל פון סופרים-קאורט ריכטער גינזבורג וועלכע איז געשטארבן די פארגאנגענע וואך. די באשטעטיגונג וועט זיין א שווערע קאמפאקציע צווישן די רעכטע און לינקע פארטייען האלטענדיג ווייניגער פון צוויי מאנאטן בעפאר די וואלן.

וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ האט נאכאמאל אראפגעריסן אויף די טוויטער פלאטפארמע די "פאקס ניוז" נייעס קוואל ווי אומקראנט זי איז מיט אירע אנקעטעס, שרייבענדיג, "זיי זענען די זעלבע ווי די דעמקראטישע נייעס קוועלער".

קאליפארניע - אין אן אנדערע נייעס, גוגל האט די פאריגע ענדע וואך געליטן פון א מאסיווע קורצשלוס ווי פולע גוגל סערוויסעס אריינגערעכנט יו-טוב האבן אויפגעהערט פונקציאנירן.

ניו יארק - מעיאר דעבלאזיא'ס אפיס האט ארויסגעלייגט א ווארענונג צו די אידישע געמיינדע, אז אדער זאל די ראטע פון פרישע קאראנע פעלער פאלן ביז מוצאי יום כיפור, אדער זאל מען צוריקגיין צו מנינים פון בלויז צען מענטשן, און מען זאל פארמאכן די שולעס און אומוויכטיגע ביזנעסער. ליינט פולע ארטיקל.

ניו יארק - די רבנים פון תורה ומסורה האבן ארויסגעשיקט א בריוו וועלכע טוט עצה'נען עלטערן נישט אוועקצופארן אויף סוכות ספעציעל צו פלעצער וועלכע האבן מערערע צאל קאראנע פעלער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל